top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ווייטערדיגע באריכט מסע הקודש פון האד' מסאטמאר צום עיר האבות סיגוט

מאנטאג פ' תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


נעכטן זינטיג באשמורת הבוקר האט די רבי שליט''א עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות פריוואט אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, אויך האט די רבי איבערגעקוקט דעם קונטרס חידושים וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די תלמידי הישיבה פון ירושלים עיה''ק וואס די בחורים האבן מחדש געווען און מעיר געווען געווען אויפ'ן רבינ'ס חידושים אין לב אהרן אויף די סוגיא פון ש''מ רבי עקיבא תלת, וואס דער רבי האט שפעטער משבח געווען פארן מנהל הישיבה.

אנגעהויבן שוין פון אום 8:00 אינדערפרי איז די ישיבה של מעלה שוין געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בחורים אויף א צוויי שעה סדר, כפקודת הקודש פונעם ראש הישיבה דער רבי שליט''א, טראץ וואס מוצש''ק האט מען געענדיגט גאר שפעט.


ארום 10:20 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.


נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד לייכטע מידי דמיזן פאר די בחורים.


אין נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אינעם פול געפאקטע ביהמ"ד און פארגעלערנט נאך א סוגיא שיעור, דער רבי האט אנגעהויבן אויף א קשיא וואס א תלמיד פון ישיבה קטנה אין בני ברק האט אים צוגעשיקט בכתב אויפ'ן שיעור פון פרייטאג, דער רבי האט איבערגעזאגט די קשיא און געזאגט א שיינעם תירוץ געבויעט אויף א אור חדש, דער רבי האט געהייסן אלע בחורים אריינקוקן אינעם אור חדש אין די קובצים פון די סוגיא.


דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט א לענגערע פלפול אין די סוגיא, און ביים סוף משמיע געוועהן דברי פרידה פאר די בחורים און ארויסגעברענט וואספארא עונג רוחני און קורת רוח מען האט געהאט צו פארברענגן מיט די בחורים אין די לעצטע דריי מעת לעת, מען האט געזעהן כי זרע ברך ה' אזוי זעהן אויס תלמידים פונעם ייטב לב דאס איז די ישיבה וואס דער ייטב לב האט מייסד געווען, און מען דארף זעהן זיך צו פירן ווייטער אויף א אופן ווי עס פאסט זיך פאר א תלמיד פון דעי ישיבה, דער ייטב לב האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, האט דער רבי געזאגט 'בזה' מיינט ווען דער ייטב לב איז געווען אויף דער וועלט און 'בבא' מיינט דעי וואס קומען דא לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב ווען דער ייטב לב איז שוין אויף יענע וועלט, און אויפגעפאדערט די בחורים כמה ענינים נישט צו רעדן מיט די תפילין, און צו לערנען ביתר שאת שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים און מסיים געווען בברכות לרוב, מען זאל אהיימפארן לחיים ולשלום און זיך זעהן מתוך שמחה, און נאר הערן בשורות טובות.


דערנאך זענען די בחורים ארויף צום ציון הקדוש פונעם הייליגן קדושת יום טוב זיע"א ערב יומא דהילולא, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטן פרישטאג, ארום 2:15 זענען די בחורים ארויף אויף די באסעס און פארלאזט עיר האבות סיגוט, תלמידי הישיבות פון ארה''ק קיין באניא, און תלמידי אייראפע קיין סאטמאר, פון ווי זיי האבן גענומען די טשארטער פליגער אויף וועג אהיים מיטנעמענדיג מיט זיך הויפענעס השפעות, מלא חפנים בתורה וביראה, חיזוק והדרכה בכל תחומי החיים, וואס וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.


נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די שטאטישע באאמטע דעם גאווערנער און מעיאר פון סיגעט וועלכע שטייען צו הילף אין אלע ענינים ובפרט איבער די שטחים וואס באלאנגט פאר'ן שוהל הויף, אין די פארגאנגענהייט און בעתיד ווייטער צו קענען בויען די פרישע בנינים, דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א מתנה, און זיי האבן צוריקגעברעגט א מתנה פארן רבינ'ס שטוב.


נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד יסוד פארן נייעם היכל התורה אין די סאטמאר קהילה אין מאנטשעסטער יצ"ו, ווי הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד אינאיינעם מיט זיין איידעם ר' שמואל בענעדיגט האבן זיך אינטערגענומען צו בויען א פרעכטיגע היכל התורה פארן באנוץ פון די הונדערטער מתפללי ובאי בית השם.


דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און זיך אויסגעדריקט בלשון קדשו: אז 'א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט בעזר השם טוישן מאנטשעסטער'.


דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט ממנה געווען 3 פרישע מורי צדק אין די קהילה אין ירושלים וואס זאלן שטיין לימינו פונעם דיין הגה''צ רבי משה טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר ירושלים להורות את דבר השם זו הלכה


די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ה"ה הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ומרבני הכולל אין ירושלים, הרה''ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי הכולל, אין הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מראשי הכולל.


דער רבי האט געטיישטש ואלה מוסיף על הראשונים, די קהילה האט זיך ב''ה צווואקסן און מען דארף מוסיף זיין פרישע כוחות אין די קהלה, אויסערדעם וואס די קהלה פארמאגט א גאר חשובן דיין שליט"א פעלט זיך ב"ה אויס מ'זאל צולייגן נאך מו''צ וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די חשובע אינגעלייט, און געבן שיעורים בכל חלקי השו"ע, און דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט צו גרינדען א בית הוראה, אשר משם יצא תורה והוראה און מסיים געווען בברכות קדשו.


דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואנטשן פאר די פרישע מורי הוראה 'שלא יצא מכשול מתחת ידים', און פאר די חברי הנהלת הקהילה, און ספעציעל פאר הנגיד ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ עסקן נמרץ למען הקהילה אין ירושלים

דערנאך איז דער רבי געבליבן פריוואט מיט די מורי הוראה און האט געגעבן פארשידענע הדרכות פאר די פרישע מורי הוראה.


דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די הונדערטער אידן פרישע געסט פון איבער די וועלט


שפעטער אויפדערנאכט נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און געוואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגונים וואס איז נתחבר און געזינגען געווארן בבית סיגוט, דעם אשת חיל ניגון, די נענועים ניגון און נאך.


די רבי האט געזאגט תורה און געזאגט אז ער איז ברור אז די קדושת יו''ט בענטשט אלע אידן, און דער קדושת יו''ט האט געזאגט אז זיין ברכה איז נישט קיין ברכה לבטלה נישט נאר יעצט נאר אויף שפעטער אויך, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר אידישע קינדער. דערנאך האט די רבי געבענטשט אויפן כוס.


נאכ'ן שלחה''ט האט די רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אין די שפעטע ביינאכט שעות.






bottom of page