top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: בנן של קדושים הרה"צ רבי יעקב לייפער זצ"ל


מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת


פילע תושבי בארא פארק האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גברא רבה ויקירא בנן של קדושים הרה"צ רבי יעקב לייפער ז"ל וואס איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון פינעף און זיבעציג יאהר.


די חשובע נפטר איז געווען א צווייגעלע פון די הערליכע נדבורנא דינאסטיע, מצד אביו האט ער געצויגן זיין יחוס בן אחר בן צום הייליגן רבי רבי מרדכילע מנדברונא זי"ע, זיין פאטער הגה"צ רבי ישכר בער לייפער זצ"ל האדמו"ר מזשילין איז געווען א זון פון הרה"ק רבי יעקב מדעברעצין זצוק"ל זון פון הרה"ק רבי יוסף מנירעדהאז זי"ע זון פון הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע. אויך מצד אמו איז ער געווען א נאדווערנער אייניקל, זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי איתמר מבישטינא זצ"ל א זון פון הרה"ק רבי בערצי מסאטמאר זי"ע וואס איז געוועהן א זון פונעם הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע.


דער חשובער נפטר האט פאר לאנגע יארן געוואוינט אין בארא פארק, וואו ער האט קובע מקום געווען לתפילתו בבית מדרשו פון זיין קרוב כ"ק אדמו"ר מנדבורנא בארא פארק שליט"א, און אסאך געדאווענט אין די טארניפאלער ביהמ"ד, וואו ער פלעג תמידין כסדרן איבערגעבן שיעורים בתורה ובהלכה זייענדיג באקאנט אלס א תלמיד חכם ויודע ספר. אין די לעצטע תקופה האט ער זיך אריבערגעצויגן צום נייעם יישוב אין דזשעקסען ניו דזשערזי, און נעכטן זונטאג האט ער אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער איבערלאזנדיג נאך זיך א הערליכע דור, קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה'.


די לוויה איז ארויס היינט פארמיטאג פון נדבורנא ביהמ"ד אויף 14 ביי 53 אין בארא פארק אויפן וועג צום בית החיים הר שלום אין מאנסי וואו ער איז געקומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות



bottom of page