top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התוועדות 'יודעים את התורה' פאר הונדערטער בעלזער בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אין 'צורבא'

מאנטאג פ' תרומה כ"ט שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - העכער טויזענט בחורים חסידי בעלזא בארץ הקודש האבן מיטגעלעבט א זעלטענע געהויבענע מעמד כינוס לשם שמים, התוועדות און כינוס הוקרה פאר די טויזענטער בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אין די "צורבא" פראגראם, צו חזר'ן און זיך פארהערן אויף די לימודים מיט בחינות און ספעציעלע סדרי לימודים.


אירגון צורבא גייט שוין אן א שיינע שטיק צייט, ווען הונדערטער בחורים טוען חזר'ן און זיך פארהערן אויף די לימודים כסדר. אצינד ווען מ'האט דערגרייכט די פאנטאסטישע נומער פון העכער א דריי פערטל מיליאן בלעטער גמרא וואס איז געלערנט געווארן דורך די חשובע בחורים, און די בחורים האבן זיך דערויף פארהערט בטוב טעם ודעת, איז אפגעראכטן געווארן די געהויבענע מעמד לשם שמים אין שפיץ פון די חברי וועד הרוחני ובראשם הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


די מעמד איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג פרשת יתרו חמשה עשר בשבט, נאכן עריכת שולחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווען די טויזענטער בחורים זענען ערשינען צום ריזן היכל בית המדרש דחסידי גור אויף רחוב ירמיהו, וואס איז צוגעגרייט געווארן אויף א פרעכטיגע פארנעם לכבודם פון די צורבי מרבנן די תלמידי חכמים.


א ספעציעלע בכבוד'יגע פלאץ איז צוגעגרייט געווארן פאר די זעכציג גרעסטע מצויינים, די בחורים וואס האבן זיך פארהערט אויף די מערסטע בלעטער. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך די בארימטע מלכות קאפעליע, און א אינטערסאנטע פאנעל מיט עטליכע חשובע תלמידי חכמים, וואס האבן פארשטיין געגעבן די סודות און געדאנקען וויאזוי אויסציוואקסן א תורה איד.


הרב הגאון ר' שלמה בינעט דומ"ץ וראש ישיבת בעלזא אין ביתר האט אנגעפירט דעם פאנעל, און דערביי געגעבן די געלעגנהייט פאר די בחורים צו פרעגן שאלות פון די חשובע תלמידי חכמים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התורה ולומדיה.


דאן האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען דעם חשובן גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, צוערשט האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' אברהם שמואל צבי רוקח בן הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי, און דערנאך הגה"צ ר' יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי ברכה פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי וועלכער האט צוערשט זיך באדאנקט פאר די ווארעמע אכסניא, קהילת הקודש גור בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. דערנאך האט הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי פארטיילט א ספעציעלע מתנה פאר די אלע בחורים מצויינים, און די בחורים זענען צוריקגעפארן צו די ישיבות אנגעזאפט מיט פרישע חיזוק און כוחות איתנים ממשיך צו זיין בלימוד התורה ביתר שאת וביתר עוז.


bottom of page