טויזנטער בני ירושלים מיטגעהאלטן ספעציעלער שמחת בית השואבה מיט המשפיע הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א
- sfbechatzros
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג א' דחול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
טויזנטער בני ירושלים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן נעכטן מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מעמד שמחת בית השואבה בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די סוכהה הגדולה בחצר הקודש באיאן וועלכע איז געוועהן אויסגעשטאט מיט הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן וואס זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום.
"רבי אלימלך'ס שמחת בית השואבה" איז ברייט באקאנט אלס איינע פון די סאמע גרעסטע שמחות בית השואבה אין ארץ ישראל, ובפרט אין עיה''ק ירושלים, וואו ס'איז שוין מערערע יארן אפגעראכטן געווארן במעמד רבבות ישראל וואס זענען "דערהויבן" געווארן מיט'ן אש להבת שלהבת אין לויף פון שעות ארוכות ביז'ן אור הבוקר, באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש און דרשות נלהבות דורכ'ן משפיע מעניני דיומא.







































