דאנערשטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
שמחה גוררת שמחה, גרייטן זיך חסידי סקווירא מיטצוהאַַלטן דעם געהויבענעם מעמד "ברכה משולשת" וואָָס וועט אָָפּגעהאַַלטן ווערן אינמיטן די פרייליכע טעג, די שבעת ימי המשתה נאָָך די חתונה פון חתן וכלה אייניקל און אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, זייענדיג א ריכטיגער ברכה משולשלת, שמחה בתוך שמחה.
די ימי השמחה ביים רבי'ן אין הויף, איז פּונקט נזדמן געוואָָרן לזמן אחד דער פרייליכער מאָָמענט, ווען ביי עטליכע חבורות הלימוד פון עדת חסידי סקווירא, צווישן זיי די חברי חבורת "עמוד יומי" ענדיגט מען אַַצינד מסכתות הש"ס, וואָָס ברענגט שמחה'דיגע געפילן ביי די טויזנטער חסידים וואָָס זענען אָָנגעשלאָָסן אין די אַַלע חבורות, און וועלן צוזאַַמען פּראַַווען דעם סיום אויף די מסכתות וואָָס מען ענדיגט אַַצינד אין ראַַם פון די חבורות.
דער גרויסער מעמד וועט אי"ה אָָפּגעראָָכטן ווערן היינטיגן מוצש"ק אין אלטן ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, און וועט זיין קאָָמבאַַנירט מיטן מסיבת שבע ברכות לכבוד השמחה בבית המלכות, די חתונה פון חתן - כלה אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ביים מעמד וועט מען האָָבן די זכי' אַַז דער גרויסער זיידע דער רבי שליט"א וועט מפאר זיין בראש מיט דברות קודש ודברי תורה, און מען וועט דערביי הערן די צענטראַַלע דרשה פונעם נואם הכבוד הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבדק"ק פּאפּא- מאָָנסי שליט"א.
Comments