top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שאפרע דברי מחאה דורך האד' מסלאנים קעגן אגודת ישראל פארטיי | רעקארדינג

דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן דאנערשטאג ביים עריכת שולחן הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל בית אברהם מסלאנים זי"ע, האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ווידער אמאל גאר שארף ארויסגעטרעטן קעגן אגודת ישראל, און מוחה געווען כדת של תורה אויף אלעס וואס גייט פאר אינעם פארטיי, אן זיך דורכרעדן בעפאר מיט די גדולי הדור.


דער רבי האט ערווענט אז מיט יארן צוריק ווען די גדולי הדור האבן מייסד געווען אגודת ישראל, איז עס געווען על תנאי אז די עסקנים וועלן זיך נישט רירן גארנישט אן זיך דורכרעדן מיט דעת תורה, און אזוי אויך אז מ'וועט נישט האבן קיין שיתוף פעולה מיט די ממשלה, ליידער אבער זעהט מען היינט אז די עסקנים טוען וואס זיי ווילן, מען פרעגט ניטאמאל די גדולי הדור, און מ'איז ליידער משתף פעולה מיט די ציונים אויף א שרעקליכע פארנעם.


דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג דאס וואס האט לעצטנס פאסירט, ווען די היימישע תלמודי תורה אין ארץ ישראל זענען אריין אונטער א נייע געזעץ, ווי זיי באקומען גאנצע פינף און זיבעציג פראצענט הוצאות פון די מדינה, און א דאנק דעם זענען זיי גענצליך אונטערגעווארפן אונטער די מדינה, און וואס די ציונים וועלן הייסן וועט מען מוזן אויספאלגן.


דער רבי האט אויסגעפירט אז טראץ עס קומט בכלל נישט אן גרינג, איז מען געצוואונגען צו אויפמאכן א אייגענע תלמוד תורה על טהרת הקודש, נישט צו דארפן זיין משועבד צו די רשעים ימ"ש, און אזוי וועט מען קענען מחנך זיין די דורות הבאים על דרך ישראל סבא.


אין אנדערע נייעס איז אין די יעצטיגע טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן די זמן הנסיעה קיין אמעריקע, דער רבי וועט זיך ארויסלאזן אין וועג דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת קרח אין ארץ ישראל, און פראווענען א געהויבענע שבת בקרב חסידיו אין שטאט בארא פארק במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה.

bottom of page