top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי קאשוי איינגעהילט אין פייערליכע ערווארטונג מיטצולעבן ערשטמאליגער "כינוס אהבת תלמידים"

עודכן: 25 בדצמ׳ 2024

דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט איבערראשונג און מיט פייערליכע הרגשים, איז אויפגענומען געווארן בקרב קהל קדושים רוגשים, איבער די גראנדיעזע מעמד אדיר ומרומם "כינוס אהבת תלמידים", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א ריזיגן פארנעם אין עטליכע וואכן ארום, אין שפּיץ פון מנהיג העדה וריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן אדמו"ר מקאשוי שליט"א.


דער היסטארישער כינוס פון תלמידי קאשוי מכל השנים רבנן ותלמידיהון די בכל אתר ואתר, אנטשפרעכט צו זיין גאר היסטאריש, ווען עס וועלן זיך צונויפקומען אזא קאלירפולער ציבור, מסלתה ומשמנה פון די היימישע אידנטום אין די טריי-סטעיט ראיאן, עטליכע דורות פון דורכגעווייקטע חסיד'ישע אידן יראי השם וחושבי שמו וואס האבן נאך זוכה געווען צו וויילן און צו קונה זיין הרבצת תורה וקדושה פון רבם ומאורם כ"ק מרן הגה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצוק"ל, ביז די היינטיגע עדת מרעיתו, יונגע דורות וואס זוכן ווייטער צו שעפּן פון די אומאויפהערליכע שטראם פון תורה וטהרה וואס דער רבי זצ"ל האט איינגעפלאנצט, און ווערט ווייטער נמשך בעוז וברמה דורך ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א.


"כינוס אהבת תלמידים" כשמו כן הוא! עס וועט זיך באשיינפערליך איבערשפילן דעם לעכטיגן "מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה", דעם וואונדערליכן אהבת תלמידים וואס דער רבי זצ"ל האט געהאט צו יעדן תלמיד באזונדער, ער זאל שיינען און לייכטן יעדער לפי דרגא דילי'.


"זכור אהבת קדומים" עס וועט זיך איבערפרישן דעם ליבשאפט וואס דער טאטע צו זיינע תלמידים האט ארויסגעצייגט צו יעדן תלמיד פערזענליך, מיט אזא ענוות חן צו זען זיין הצלחה און אריינלייגן אין די הערצער כל לבו ונפשו אז ער זאל זוכה זיין אויסצושטייגן אן ערליכער איד דורכגעקווייקט מיט יראה טהורה ואהבת השם.


דער כינוס אדיר וועט גלייכצייטיג דינען אלס דער צענטראלער ביסוס פאר די ישיבה הקדושה "אהל רפאל קאשוי" וואו מלייגט אריין אין די תלמידים די ריכטיגע אהבת תורה ויראת שמים. עס וועט ארויסגעהויבן ווערן בשער בת רבים די וואונדערליכע הצלחה וואס שיינט ארויס פון אט די לעכטיגע ווינקלען פון די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, צו שעפּן די מאַכטפולע חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת ועוז בסייעתא דשמיא, דורך די שטיצע פון תלמידי וחסידי קאשוי וועלכע לעכצן צו זען די זיסע פּירות פון די תלמידי הישיבה וואס ווערט אזוי לעכטיג נמשך צווישן די ווענט פון די ישיבה.


נעמענדיג אין באטראכט אז מ'רעדט דאָ פון אַ גרעסערן ציבור וואס וועלן קומען פון אלע געגנטער איבער גאנץ ניו יארק, קוקן די עסקנים איבער א רייע ערטער, און זיצן די טעג צו ענדגילטיג באשטימען א פלאץ וואס זאל זיין דאס פאסיגסטע און נאנטסטע צו אלע געגנטער, עס זאל זיין באקוועם און צוגעשטעלט פאר יעדן לויט די בעסטע אומשטענדן מעגליך.

 

הכונו הכונו כי הנה יום זה בא!



Comentarios


bottom of page