top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טראגעדיע • נפטר געווארן בנן של קדושים הרב אברהם שפירא ז"ל בן יבלחט"א האד' מנאראל

מוצאי שבת פ' שמות • כ"ה טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת


מיט שאק אין שוידער איז יעצט מוצאי שבת אויפגענימען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע אין פריצייטיגע פטירה פון האי גברא רבה ויקירא בנן של קדושים הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל שפירא ז"ל פון בארא פארק בנו חביבו פון יבדל לחיים טובים ארוכים כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, וואס איז דעם שבת פלוצים נפטר געווארן אין עלטער פון בלויז איין אין זעכציג יאהר.


די חשובע נפטר איז געוועהן די דריטע זון פונעם נאראלער רבי שליט"א און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון בן פתחיה, ער איז געווען אויסגעצייכענט מיט זיין געוואלדיגע מידת החסד און עסקנות בצרכי ציבור באמונה, דינענדיג לאנגע יאהרן אלס א גבאי צדקה און חבר הנהלה אין כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, אין איז געווען שטארק נערץ אין ארויפגעקוקט ביי זיינע ידידים אין באקאנטע, וועלכע האבן גאר שווער אויפגענימען די בשורת איוב.


די לויה וועט פארקומען מארגן זינטאג אין בארא פארק, און דערנאך אין ארץ ישראל וואו ער וועט קומען לקבורה, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו



bottom of page