מוצאי שבת פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק ג., JDN
פארגאנגענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לינדען ניו דזשערזי וואו עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן נייעם בנין המוסדות דחסידי פאפא וואו עס וועלן נתחנך ווערן די טייערע צאן קדשים תינוקת של בית רבן חסידי פאפא תושבי לינדען.
דער בנין איז פראכטפול אהערגעשטעלט מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א פולשטענדיגע תלמוד תורה מיט אלע צוגעהערן. ביים אנקומען איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען צווישן די קלאס ציממערן, וואו ער זיך ארומגעקוקט אויף די לימודים און דאן קובע געוועהן א מזוזה ביי איינע פון די קלאסן. מיט די איבעריגע מזוזות האט דער רבי מכבד געוועהן בנו הגדול הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא, הרה"ג ר' דוד לייב פישער מדייני הקהילה, הרה"צ ר' יעקב נפתלי ראטענבערג א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א מייסד העיר, און נאך פון די חברי הנהלת המוסדות.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א באשיידענעם מעמד חנוכת הבית אינעם חדר אוכל ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקען לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש. אויך איז געהערט געווארן א דרשה פון הרב עמרם פישער מנהל ת"ת פאפא אין בארא פארק.
נאכן מעמד האט דער רבי אויפגענימען די אינגעלייט חברי הקהילה וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת די קרן הבנין פון נייע פאפא ביהמ"ד אין לינדען וואו דער רבי האט פארטיילט א מתנה ווייסע גארטלעך פאר די אינגעלייט כאות הוקרה. אויך זענען אריין די תלמידים פון די ליטווישע ישיבה זכרון לימא בגלילות לינדען וואו דער רבי האט איבערגעגעבן א שמועס דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.
Comments