זונטאג פ' נצבים וילך - י"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

גרויס ניסים האט פאסירט נעכטן מוצאי שבת ווען הגה”צ המשפיע ר’ אלימלך בידערמאן שליט"א איז ביים מעמד הדלקה אין אתרא קדישא מירון אראפגעפאלן פונעם פלאטפארם אין אפגעקומען מיט בלויז לייכטע וואונדן. דער משפיע שליט''א האט געוויילט אויף שבת אין מירון אויף די יערליכע שבת התאחדות מיט די חבורות פון בית שמש, ביים הדלקה מוצאי שבת טאנצדיג כדרכו מיט גרויס דביקות, איז דער משפיע אראפגעפאלן פונעם פלאטפארמע, בחסדי שמים איז ער נישט ערנסט פארוואונדערט געווארן און האט ווייטער ממשיך געוועהן די הדלקה ביתר שאת ועוז. היינט זונטאג אינדערפרי ביים נץ, נאכן ווערן אונטערגעזוכט דורך די הצלה איז די משפיע אנגעקומען אויף שחרית ביים ציון הק' אין מירון אין האט פארגעזאגט נשמת ברוב עם להודות ולהלל אויף די גרויסע חסדים.
Comentários