דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
געהויבענע שעה'ן פון התרוממות וחדוות הנפש איז נעכטן פאריבער ביי די שמחה הגדולה בחצרות בית צדיקים אין די שטאט אשדוד, ווען עס איז בסימן טוב ובמזל טוב געגאנגען אונטער די חופה די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי יונה וויינבערג שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל.
דער מעמד הקבלת פנים איז פארגעקומען אינעם היכל הטישן אינעם ביהמ''ד הגדול פיטסבורג ווי מען האט געזינגן ניגוני דביקות, און געהערט דברי כיבושין, די רבי שליט"א האט פארגעזינגען דעם פיטסבורגער ניגון 'הגידה לי' מיט גרויס השתפכות הנפש, און דעם רבינס שוואגער הרה"צ רבי יעקב האגער איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים.
ביים די מעמד החופּה ביים רחבת ביהמ"ד הגדול האט מען געזינגן וואַרימע ניגונים אָנגעפירט דורך די קאפעליע חברי המשוררים פון חצר הקודש פיטסבורג, די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א האט מסדר קידושין געווען און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, ברכות ראשונות איז צוטיילט געווארן צווישן כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד שליט"א, די פעטער'ס הגה"צ רבי יעקב לייפער ראש ישיבת פיטסבורג, הרה"צ רבי יוסף לייפער אב"ד פיטסבורג בני ברק, הרה"ג ר' גרשון מאיר פערל שליט"א רב בית מדרש זכר יצחק אין אשדוד און הרה"ג ר' משה סורוצקין שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע פון חתן הרה"ג ר' מתתי' וויינבערג שליט"א. דערנאך האבן האדמורי"ם מקרעטשניף ירושלים און פיטסבורג אנגעוויטשן דעם ציבור און מהאט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
נאכן חופה איז די גאנצע ציבור דורך ביים אבי הכלה די פיטסבורגער רבי וואונטשן מזל טוב, און א פלאטע פון באסעס האט געפירט די ציבור צום סעודת החתונה וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן בית האופרה זאל אין שטאט. אין די זעלבדע צייט האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת החתונה בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט די נגידים חשובים וועלכע זענען געקומען צופארן מעבר לים צו די חתונה און האבן זוכה געוועהן מיסב צו זיין על שולחן המלך.
ארום 9:00 איז די אבי הכלה די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, א קורצע צייט דערויף איז ערשינען צום שמחה די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת השמחה. אין לויף פון די שמחה האט די פיטסבורגער רבי שליט"א געהויבן דעם ציבור טפח וטפחיים מיט ריקודין נלהבין, באזונדער איז די רבי ארויס אין ריקודין של שמחה מיט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א און שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועלכע האבן באשיינט בראש השמחה, און מיט די נגידים החשובים ר' בערי ווייס הי"ו און ר' משה אהרן גראס הי"ו מגדולי תומכי המוסדות.
אויך האבן זיך משתתף געווען במשך די שמחה מערערע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, זוועהיל, טשארנאביל, נדבורנא אלעד, שומרי אמונים אשדוד, לעלוב בראנוביץ, קרעטשניף טשערנוביץ, די ברודער האדמורי"ם רבי רפאל און רבי יקותיאל אבוחצירא, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים, אב"ד סקולען בני ברק, רב חסידי צאנז אין אמעריקא, אב"ד וויזניץ אלעד, אב"ד טשערנאביל אלעד, אב"ד ברכת משה בית שמש, הרה"צ ר' שמעלקא ראזענבוים פון נדבורנא, הגאון רבי משה שמידע ראש ישיבת גרודנא אשדוד און פילע רבני העיר, אישי ציבור און עסקנים חשובים צווישן זיי ר' יצחק גולדקנופף, ר' ישראל אייכלער און ר' מוטי בבציק.
די פעטער הרה"צ רבי דוד ראזנפעלד אב"ד קארלין לעלוב האט געבענטשט על הכוס, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ שליט"א מחותן מצד הכלה.
נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא ר' יואל פאלאק אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א צום מצווה טאנץ, דער קרעטשניפער רבי איז געטאנצן אשת חיל לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים ווי איינגעפירט, און דאן געטאנצן לפני הכלה בעוז ותעצומות. דערנאך האבן געטאנצן מצוה טאנץ די זיידע הרה"ג ר' מתתי' וויינבערג שליט"א, און די פעטער'ס לבית קארלין לעלוב, דערנאך האט מען אויפגערופן די אבי החתן המשפיע הרה"צ רבי יונה וויינבערג שליט"א.
דאן האט דער בדחן אויסגערופן די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און די רבי שליט"א האט פארגעזינגען 'זכור אהבת קדומים' מיט גרויס דביקות און התרגשות, די רבי האט דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, מיט א זעלטענעם התלהבות און התרגשות, דערנאך איז די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיטן החתן, דער מחותן, א ספעציעלע ריקוד מיט זיינע קינדער און ברודער בני משפחת המלוכה, א לענגערע ריקוד מיט ידיד נפשו הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א א פעטער מצד החתן און דערנאך מיט אלע געסט פון אויסלאנד.