top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציון המציונת: באשיידענע "שילד" געשטעלט על קברו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל כפי מנהג קאסוב וויזניץ

  • Bechatzros admin
  • 12 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 במרץ

מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


ענדע פאריגע וואך איז געשטעלט געווארן א מצבה ביי מקום מנוחת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל בעל עבדא דמלכא, ביים וויזשניצער בית החיים אין שטאט מאנסי, הארט נעבן דעם ציון המציונת פון הרה"ק מריבניץ זי"ע.


כפי מנהג קאסוב און וויזניץ האט מען בלויז אינסטאלירט א 'שילד', מיט א פשוט'ן קורצן נוסח, מיט די בלויזע טיטלען פון "פה נטמן כ"ק אדונינו מורינו ורבינו", אן שטעלן א פאקטישע מצבת אבן.


ווי אויך איז די מצבה געלייגט געווארן ביי א באשיידענעם און שטילן מעמד, ווי ס'איז מאז ומקדם געווען נהוג בחצרות קאסוב און וויזניץ, אז מ'מאכט נישט קיין עסק און ספעציעלער מעמד פון הקמת מצבה.


ביים לייגן די מצבה איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א מיט א מנין אידן, און מ'האט דערביי געזאגט מזמורי תהילים און מעתיר געווען לדבר ישועה ורחמים.

ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page