דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א אנגעקומען אויפן איר אלטן בית החיים בעיה''ק צפת וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון זקינו דער הייליגער טאלטשאווא רב זי''ע, נאך א הכנה דרבה די לעצטע פאר טעג וואס די רבי האט זיך געגרייט ארויפצוגיין צון ציון וויילענדיג אין שטאט צפת.
אנקומענדיג צום ציון האט דער הנהלה פונעם ישיבה על קברו דער טאלשאווא כולל מכבד געוועהן דעם רבי'ן אנצוצינדן דער נר תמיד אויפן ציון הק'. איידערן אמירת תהילים האט די רבי פארלערנט א שטיקל אינעם ספר הקודש 'באר שבע' פונעם טאלשטאווא רב זי''ע אין דאן אנגעהויבן די מזמורי תהילים מיט גרויס בכיות, וואס האט זיך פארצויגן איבער א שעה צייט.
פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן קיין פתח תקוה צום ציון פונעם שווער הגה''צ אבד''ק לינז זצ''ל וועלכע ליגט באערדיגט אויפן בית החיים סגולה אין פתח תקוה. די רבי האט מכבד געוועהן גיסו הגה''צ רבי משה מרדכי ווידער אב''ד לינזק פארצולערנען משניות מקוואות אין דערנאך האט זיך די רבי משתטח געוועהן אויפן ציון, אין אויך צוגעגאגנען צום ציון פון די שוויגער די לינזער רעבעצען ע''ה, אין צום ציון פונעם שוואגער הגה''צ רבי יצחק אייזיק ווידער זצ''ל.
留言