top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב באנייט די 'קרן שדכנים' צו לינדערן שידוכים קריזיס

זונטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם דאנערשטאג ביים טיש ליל זאת חנוכה, האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט"א מודיע געווען די דראמאטישע נייעס אז מען וועט פון פריש מחדש זיין דעם 'קרן שדכנים' וואס די באבובער רב האט געגרינדעט מיט צוויי יאר צוריק ביום שושן פורים, אין האט געהאט א שטארקן אפקלאנג איבער די גאנצע וועלט.


דער רב האט דערמאנט, אז באותו מעמד האט ער געזאגט אז ס'וועט לויפן מיום פורים זה עד יום הפורים פונעם קומענדיגע יאר - איין פולע יאר, און מען האט עס למעשה אפילו אביסל פארלענגערט. רעדענדיג וועגן די קאסטן האט דער רב געזאגט אז ס'האט אים געקאסט העכער פיר הונדערט טויזענט דאלער יענעם יאר, אבער ס'האט זיך אלעס געלוינט די צאל שידוכים וואס זענען אויסגעפירט געווארן.


ארומרעדענדיג איבער'ן ענין פון עוסק זיין אין שידוכים האט זיך די רב שליט"א בתוך דבריו זיך אנגערופן צום גבאי ר' חיים גאלדפינגער אז ''ער קען מעיד זיין אז איך בין עוסק אין שידוכים יעדן איינציגן טאג, טאג און נאכט, כ'הער נישט אויף טראכטן און טוען אין דעם'' - וואס זאל איך זאגן, האט די רב אויסגעפירט בשברון לב ''ס'איז פאר מיר יסורים''.


דערביי האט דער רב געמאלדן אז מען וועט פון פריש מחדש זיין דעם קרן, מיט די זעלבע סכומים פון צוויי יאר צוריק, פאר די קומענדיגע דריי חדשים, ביז שיתסר, כדי צו געבן א שטיפ און א תמיכה הראוי להתכבד פאר די עוסקים בדבר - און געבעטן אז יעדער איינער פונעם גאנצע קהילה זאל עוסק זיין אין שידוכים און ארויסהעלפן איינעם דעם צווייטן.


די קרן וועט פארטיילן דער סכום פון פינעף טויזענט דאלער פאר יעדן שידוך וואס וועט אויסגעפירט פאר א באבובער בחור אדער מיידל פון 21 יאהר, ווי א יאהר עלטער וועט די קרן מוסיף זיין נאך טויזענט דאלער פאר יעדעס יאהר.

Comments


bottom of page