זונטאג פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען די יערליכע דינער לטובת קרן חתנים ד'באבוב וואס העלפט ארויס מחותנים בעת שמחתם צו קענען חתונה מאכן בהרחבת הדעת. עס איז פארגעקומען און די רודניקער זאל אין בארא פארק בראשות כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א, עס האט אויפגעטראטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' דוד שמואל גראס און דערנאך האט כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א משמיע געווען דברות קודש און געוואונטשן לחיים פאר אלע גבאים ועסקנים און פארן בעל אכסניא הגה"צ אבד"ק רודניק שליט''א ובניו וואס שטייען צו די האנט פון קרן חתנים א גאנץ קיילעכיג יאהר.
תגובות