top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויושר יליצו בעדינו חיות אש • גדולי ישראל אדמור''ים ורבנים וועלכע זענען נסתלק געווארן דעם יאהר

דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


ויושר יליצו בעדינו חיות אש


צום נייעם יאר תשפ"ד טוט כלל ישראל אריינטרעטן מיט גרויס האפענונג, תפילות ותחינות צום הייליגן באשעפער, לקיים בנו חכמי ישראל, די גדולי ישראל וואס פארשיינען דעם דור זאלן ווייטער האבן די זכיה צו משפיע זיין, איבערהויפט די חסידים וואס געפונען זיך בצל הקודש פון זייער רבי'ן אויף יום טוב ראש השנה, און דער רבי טראגט זייערע באדערפענישן על לוח לבו.


אבער אין די זעלבע צייט שפירט זיך א שרעקליכע יתמות אין עטליכע קהילות קדושות בישראל, ווען צום היי יעריגן ראש השנה טרעטן זיי אריין אן זייער באליבטער מנהיג, א צאל גדולי ישראל זענען דעם יאר אוועקגעריסן געווארן פון אונז, צדיקים וקדושים וואס האבן געטריי באדינט זייערע קהילות, רבנים מפורסמים אין כלל ישראל, ובראשם עטליכע מנהיגי הדור, גדולי העדה וואס האבן געדינט אלס וועג ווייזער פאר טויזענטער אידן וואס האבן זיך געקלאמערט לאורם הגדול.


אין די זעלבע צייט אבער זענען פארהאן דאס יאר נאך מליצי יושר בעולם העליון, די הייליגע נשמות וואס זענען נאך געווען מיט אונז פארגאנגענע יאר, זיי האבן נאך געלעבט אויף אונזער וועלט, און געזעהן אונזער באדערפענישן. אצינד ווען זיי זענען שוין אויבן אין הימל, ווייסן זיי זייער גוט וואס צו בעטן, און וועלן זיכער פועל'ן ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל.


ליידער איז דאס יאר ווידעראמאל מקוים געווארן דעם "ואכחיד את שלושת הרועים בשנה אחת", נאכפאלגענדיג די פריערדיגע יאר תשפ"ב, ווען דריי צענטראלע פראקציעס פון כלל ישראל האבן פארלוירן זייער גרעסטן מנהיג, די ליטווישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם שר התורה הגאון האדיר ר' חיים קנייבסקי זצ"ל, די חסידישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם גדול הדור ראש גולת אריאל כ"ק הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, און די ספרד'ישע וועלט מיטן הסתלקות פון מרן חכם שלום כהן זצ"ל, ראש ישיבה און מנהיג פון די ספרדישע געמיינדע, איז דאס יאר תשפ"ג ווידער געשפירט געווארן די מורא'דיגע ווייטאג, ווען די אלע דריי צענטראלע פראקציעס פון כלל ישראל האבן נאכאמאל פארלוירן זייער גרעסטן מנהיג, די חסידישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, די ליטווישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, און די ספרדישע וועלט מיטן הסתלקות פון הגאון האדיר ר' שמעון בעדני זצ"ל מנהיג פון אחינו בני ישראל לעדת הספרדים.

ערב ראש חודש אלול תשפ"ג, מיטוואך פרשת שופטים, האט זיך א וואלקן פון טרויער אראפגעלאזט אויף די גאנצע יהדות החרדית, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון זקן צדיקי הדור, כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוקללה"ה, אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר.


די ביטערע בשורה איז געקומען נאך לאנגע חדשים פון תפילות ותחנונים, כלל ישראל האט אזוי געהאפט און ארויסגעקוקט אויף א ישועה, מיליאנען קאפיטלעך תהלים זענען געזאגט געווארן בכל קצוי תבל לרפואתו השלימה, אבער ליידער זענען די שערי שמים געווען פארשלאסן, ווען נצחו אראלים את המצוקים, און דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים.


שטייענדיג היינט ערב ראש השנה, ביום מלאות השלושים, שפירט זיך נאך די שווערע טרויער און ווייטאג איבער די גאנצע וועלט, און בפרט ביי כלל חסידי ראחמיסטריווקא בכל מקומות מושבותיהם, וועלכע האבן פארלוירן זייער באליבטער מנהיג.


שווערע טויזענטער אידן זענען ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון און צוזאמען באוויינען די שווערע אבידה. סיי אויף די גאסן פון בארא פארק, און סיי אויף די גאסן פון מאנסי, וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען למנוחת עולמים אויפן נייעם בית החיים הר שלום.


די שיינע מלוכה ווערט נמשך אויף א געוואלדיגע פארנעם, ווען די חסידים טוען זיך טרייסטן אין זיין לעכטיגע ירושה, די חשובע קינדער און אייניקל ממלאי מקומו בקודש, וועלכע זענען ווייטער ממשיך דעם גאלדענעם קייט עדי ביאת הגואל.

אינעם טאג פון י' סיון, דינסטאג פרשת נשא, האט זיך כלל ישראל געזעגענט פון די גרויסע מנהיג און ראש ישיבה, מרן הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, וועלכער איז פאררעכנט געווארן אלס דער העכסטער אויטאריטעט אין די ליטווישע קרייזן, און זיין מיינונג איז געווען אנגענומען איבער די גאנצע וועלט.


דער ראש ישיבה וועלכער איז אלט געווען גאנצע הונדערט יאר, האט מרביץ תורה געווען העכער אכציג יאר נאכאנאנד, און אויפגעשטעלט צענדליגע טויזענטער תלמידים נאמנים. ער האט משמש געווען אלס נשיא מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, און פארגעלערנט שיעורים עד יומו האחרון.


הונדערטער טויזענטער אידן האבן שווארץ געמאכט די גאסן פון בני ברק, צו באגלייטן דעם גאון וקדוש, און די שרעקליכע חלל שפירט זיך נאך עד היום הזה, ווען די תלמידים קענען זיך שווער טרייסטן נאכן פארלירן אזא געהויבענער מנהיג.

ווידעראום האט כלל ישראל געליטן א ביטערע פארלוסט, ווען די ספרדישע געמיינדע האט פארלוירן זייער באליבטער מנהיג, דער איש האשכולות וריש מתיבתא קדישא, מרן חכם שמעון בעדני זצ"ל, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים לדאבון לב אלפי ישראל, אחינו בני ישראל הספרדים, וואס האבן נהנה געווען מאור תורתו וצדקתו דורכאויס פילע יארן כולן שוין לטובה.


מיטוואך פרשת שמות י"ח טבת איז אנגעקומען די שווערע בשורה, ווען טויזענטער אידן האבן זיך צוזאמגענומען אויף די גאסן פון בני ברק, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן גדול הדור, וועלכער איז געקומען לקבורה אויפן פאנאוויטשער בית החיים עדי ביאת הגואל.

מאנטאג פרשת עקב י"ג אב, איז די חסידישע וועלט געווארן איינגעהילט אין טרויער און יתמות געפילן, מיטן ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון אחד מזקני גדולי הדור, משרידי דור הישן ומעתיקי השמועה, האי גאון וצדיק פאר מקדושים, כ"ק אדמו"ר משינאווא זכר צדיק לברכה, וועלכער איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון פיר און ניינציג יאר, לדאבון לב תלמידיו חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל.


דער שינאווא רבי הרה"צ רבי אברהם מנחם מענדיל וואגשאהל זצ"ל איז געווען א זון פון הגה"צ רבי אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצוהט, און א איידעם ביי הגה"צ רבי ישכר בער הלוי ראטטענבערג זצ"ל אבד"ק וואוידיסלאוו, ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם ער האט זיך געהאלטן אדוק ומקושר כל ימי חייו, און פארשפרייט דעת תורתו הקדושה פאר תלמידיו וחסידיו, דער רבי האט אוועקגעשטעלט דעם שיינעם חסידישן הויף אין מאנסי ביהמ"ד דברי יחזקאל שינאווא, און נאכן הסתלקות איז אויפגענומען געווארן בנו חביבו ויקירו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יוסף נפתלי וואגשאהל שליט"א אלס ממשיך שלשלת הקודש באדמורו"ת שינאווא.

דאנערשטאג פרשת כי תצא ז' אלול, האט די עולם התורה אויפגענומען די שווערע בשורה, איבער די פטירה פונעם זקן ראשי הישיבות אין אמעריקע, הגאון הגדול רבי אהרן משה שעכטער זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין, איבערלאזנדיג צענדליגע טויזענטער תלמידים איבער די גאנצע וועלט. טויזענטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי די גרויסע לוויה אין ניו יארק, און ער איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים אין לאנג איילענד.

ליל ערב ראש חודש אב, כ"ט תמוז תשפ"ג, איז אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ירושלים עיר הקודש, אז כבה נר המערבי, דער גאון וצדיק חסידא ופרישא משרידי דור הישן, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל, מזקני הגאונים והמקובלים אין ארץ ישראל, און משמש בקודש ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין הויכן עלטער פון זעקס און ניינציג יאר. פילע אידן האבן אנטייל גענומען ביי די לוויה ברחובות העיר ירושלים, און ער איז געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות, נעבן זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק מבעלזא זי"ע.

שבת פרשת ויחי י"ד טבת, איז נפטר געווארן הגה"צ הישיש ר' יוסף ליבערמאן זצ"ל ראש ישיבת שומרי החומות ורב חסידי סאדיגורה אין ירושלים, און בעל מחבר ספר משנת יוסף, אין טיפן עלטער פון 94 יאר.


זונטאג פרשת תרומה, ליל ערב ראש חודש אדר, איז נסתלק געווארן כ"ק אדמו"ר מחוסט, הרה"צ רבי שמואל שמעלקא לייפער זצ"ל, פון די גאר חשובע אדמורי"ם אין שטאט בארא פארק, און לאנגיעריגער מרביץ תורה פאר בחורי חמד. דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי.


ליל ערב ראש חודש אב, כ"ט תמוז תשפ"ג, איז נסתלק געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ, הרה"צ רבי יוסף חיים מאסקאוויטש זצ"ל, פון די גאר חשובע אדמורי"ם אין שטאט וויליאמסבורג. דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים אין שטאט מאנסי.


מיטוואך פרשת שלח כ"ה סיון, איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר מבאסטאן פלעטבוש, הרה"צ רבי פנחס דוד הורוויץ זצ"ל, דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן הר הזיתים, סמוך לחלקת אבותיו הקדושים.


דינסטאג פרשת צו ו' ניסן, איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר מלובלין, הרה"צ רבי שלמה דוד אליהו אייגער זצ"ל, פון די גאר חשובע אדמורי"ם אין שטאט בני ברק. דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן פאנאוויטשער בית החיים.


ליל שישי פרשת חוקת בלק י"א תמוז, איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר מליזענסק ירושלים, הרה"צ רבי אלימלך שיף זצ"ל, דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות חלקת קהל מחזיקי הדת בעלזא.


שבת חנוכה ראש חודש טבת איז נפטר געווארן הגאון החסיד ר' מנחם מענדל אטיק זצ"ל ראש ישיבת ארץ צבי אין ירושלים עיה"ק, אין עלטער פון 94 יאר.


שבת פרשת בראשית ז"ך תשרי איז נפטר געווארן הגאון הצדיק רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד אתרא קדישא מירון, אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.


תשעה באב אינדערפרי איז נפטר געווארן הגאון הצדיק רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקאווא וויליאמסבורג, אין עלטער פון ניין און זעכציג יאר.


שבת ויקהל פקודי שבת החודש איז נפטר געווארן הגאון הצדיק רבי שמעון סופר זצ"ל אבד"ק תורת משה ערלוי צפת, אין עלטער פון 71 יאר.


י"ז סיון דינסטאג פרשת שלח אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן הגאון הצדיק ר' מענדל פאקשער זצ"ל רב דקהל צמח צדיק ויזניץ אין אלעד, אין עלטער פון 74 יאר.


דאנערשטאג פרשת תצוה ט' אדר איז נפטר געווארן הגה"צ ר' קלמן וואלף הכהן גראס זצ"ל אב"ד מעשי למלך ווייטצען ובעל מח"ס פרי הגן, אין עלטער פון 61 יאר.


ליל שב"ק פרשת וישלח ט"ז כסלו, נאכן עריכות שולחן הטהור בחצר הקודש צאנז, איז פלוצלינג נפטר געווארן דער דיין פון קרית צאנז נתני' הרה"ג ר' חיים יעקב שווארץ זצ"ל, אין עלטער פון 71 יאר.


דאנערשטאג פרשת תולדות ראש חודש חשון, איז נפטר געווארן הגאון רבי חנוך הכהן עהרנטרוי זצ"ל לאנגיעריגער רב ואב"ד אין די לאנדאנע בית דין כנסת ישראל, און זקן רבני אייראפע, אין הויכן עלטער פון ניינציג יאר.


ערב ראש חודש אייר איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר מטשעחויב, הרה"צ רבי חיים יוסף משה קאננער זצ"ל, זקן האדמורי"ם לבית צאנז, אין הויכן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר.

ווי אויך האבן פילע רעבישע הויפן פארלוירן דאס יאר א שיינעם קרוין, די אם הבנים שמחה, אמה של מלכות פון אדמורי"ם ורבנים.


הרבנית שיינדיל שרה פריעדמאן ע"ה, איינציגסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי איציקל מבוהוש זי"ע, אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.


הרבנית מדעעש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי צבי מדעעש זי"ע, און אמה של מלכות פון כ"ק האדמורי"ם מדעעש שליט"א פון ארץ הקודש, וויליאמסבורג, און קרית יואל.


הרבנית מאונגוואר ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל משנה הלכות זי"ע, און אמה של מלכות פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית אונגוואר.


הרבנית משענדישוב ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר משאץ שענדישוב זצ"ל, און אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א.


הרבנית מטאהש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע.


הרבנית ממאנטיוואדעיא ע"ה, אלמנת הגה"צ גאב"ד מאנטיטוואדעיא זצ"ל, און טאכטער פון הגה"ק מווייטצען זי"ע.


הרבנית ממעליץ ע"ה, מחברתו הטהורה פון להבחל"ח כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א פון וויליאמסבורג.


הרבנית מקאשוי ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי שליט"א.


הרבנית מבאניא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר בעל אמרי מנשה זצ"ל, און מוטער פון כ"ק אדמו"ר מבאניא שליט"א.


הרבנית רעכיל בריינדל טייטלבוים ע"ה, אשת חבר הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל.


זכר צדיקים לברכה – ימליצו טוב בעדינו

bottom of page