top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סערט וויז'ניץ בארץ הקודש מקדם בברכה הרה"צ רבי שלום עוזר האגער בנו הצעיר פון האד' מסערט וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' ויחי • ט"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


בהדרת כבוד האבן חסידי סערט וויז'ניץ בארץ הקודש מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט הרה''צ רבי שלום עוזר האגער בנו הצעיר פון כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א, וועלכער זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל פון לאנדאן הבירה אין וועט דינען אלס ראש כולל פאר די חשובע אינגעלייט חסידי סערט ויזניץ אין ירושלים. די נייע כולל איז געעפנט געווארן דעם ווינטער, צו וואו עס קומען צו פארן אויך די אינגעלייט חסידי סערט ויזניץ פון שטאט בית שמש, און לערנען בצוותא חדא בשבת אחים גם יחד.


אנקומענדיג אינעם לופטפעלד האבן אפגעווארט דעם גאסט א חשובע משלחת פון עסקנים אין ראשי הקהילה פון ירושלים אין בית שמש. הרב שלום עוזר האט זיך באזעצט אין די רוממה געגענט אין ירושלים אין וועט שטייט בראש פונעם נייעם ביהמ''ד דחסידי סערט וויז'ניץ דארט אינעם געגענט.


אויף דעם שבת וועט ער וויילן אין עיה''ק צפת בצלו פון זיין פאטער כ''ק האדמו''ר מסערט וויז'ניץ שליט''א וואו די רבי וויילט אין די יעצטיגער וואכן אויף אפרוה.




bottom of page