top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לכהן תחתיו: תלמידי הגאון רבי אשר דויטש זצ"ל מקבל מרות פון הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אלס 'ממשיך' בהנהגת העדה

דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א רירנדער מעמד הכתרה איז דעם פארלאפענעם דינסטאג אפגעראכטן געווארן במעונו פון הגאון הגדול רבי עזריאל אויערבאך שליט"א, אפגעהאלטן דורך די רבני "הוועדה להצלת עולם התורה" און די עסקנים פון די בני תורה קרייזן, וועלכע האבן מקבל מרות געווען און מכתיר געווען הגאון רבי עזריאל שליט"א אלס מנהיג און ממשיך דרך פונעם אומפארגעסליכן לוחם מלחמות ה' מורם ורבם הגאון הגדול ר' אשר דויטש זצ"ל מגדולי מנהיגי עולם התורה.


ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען אינאיינעם מיט די רבני הוועדה און עסקני הפלג, מערערע מנהלי מוסדות הק' על טהרת הקודש אין די רייען פון די בני תורה קרייזן תלמידי הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, וועלכע האבן זיך געמיינזאם מקבל געווען צו ממשיך זיין מיט די מסירת נפש'דיגע מלחמת קודש אנצוהאלטן די פשרה'לאזע קאמף פאר הצלת עולם התורה און אלעס אנבאלאנגט די פייערדיגע מלחמה לה' בעמלק קעגן די גזירת הגיוס, ע"פ דרכו והדרכתו פונעם גרויסן מנהיג הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, וואס תלמידו הנאמן והחביב הגאון רבי אשר דויטש זצ"ל האט לאחר פטירתו ממשיך געווען בעוז ותעצומות, און וועלן יעצט דאס אנהאלטן תחת הנהגתו פון רבי שמואל'ס יונגער ברודער, הגאון רבי עזריאל שליט"א.


ביים מעמד האט מען געהערט דיבורים נלהבים פון רבי עזריאל, וועלכער האט קלארגעשטעלט אז "מ'וועט שטיין אויף יעדע קוצו של יוד אויף אלעס וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע רבי'ס, דער ברודער הגאון הראש ישיבה רבי שמואל, און מרן ראש הישיבה הגאון רבי אשר, און בעיקר אינעם קאמף קעגן די גזירת הגיוס, און שטיין על המשמר זיך מרחק צו זיין מהם ומהמונם".


דער נייער מנהיג הגאון רבי עזריאל איז א זון פונעם פוסק הדור הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, און אן איידעם ביי מרן הגאון רבי שלום אלישיב זצ"ל מנהיג עולם התורה, און א שוואגער פון מרן שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, און א פעטער פון הגאון רבי שרגא שטיינמאן שליט"א חבר המועצת פון די ליטווישע יהדות התורה פארטיי.


דער רב דינט אלס רב קהילת "חניכי הישיבות" אין שכונת בית וגן אין ירושלים, און וועט פון היינט אן אויך דינען אלס מנהיג רוחני פאר די בני תורה קרייזן וואס נעמט אריין די טויזנטער תלמידי הגאון רבי אשר דויטש זצ"ל, און די פילצאליגע מוסדות החינוך וואס פירן זיך ע"פ הדרכתו.




Comentarios


bottom of page