טויזנטער ביי לוי' פון הגאון האדיר רבי אשר הכהן דויטש זצ"ל מראשי ישיבת פאנאוויטש
- בחצרות הקודש

- 18 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 19 בדצמ׳ 2024
מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטר, ש.פ.ה., JDN
בקול נהי ובכי תמרורים האבן פילע טויזנטער בני תורה באגלייט למנוחות דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה לאלפים, ממעתיקי השמועה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר, רבי אשר דויטש זצ"ל, ראש ישיבת פּאניעוויזש ומנהיג רוחני פון די "בני תורה" קרייזן, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 79 יאר נאכ'ן ליידן פון א פארצויגענע מחלה מיט שווערע יסורים.
פון ווען די שווערע בשורה האט זיך צושפרייט האבן טויזנטער בני תורה תלמידים ההולכים לאורו איבערגעפילט די גרויסע היכל הישיבה פון ישיבת פאנאוויטש וכל מבואותיה און די גאסן ארום, די פרוכת אין שיבה איז אראפגענימען געווארן, הורם הנזר והוסרה העטרה, אויפן ראש ישיבה'ס פלאץ נעבן ארון קודש זענען געוועהן אויסגעלייגט די צענדליגע ספרים וואס די ראש ישיבה האט אליינס מחבר געווען לאור עולם.
על פי צוואתו פונעם ראש ישיבה זצ"ל איז די מיטה נישט אריינגעפירט געווארן בהיכל הישיבה. ביים גרויסן רחבת הישיבה זענען געווען פארזאמלט שווערע טויזנטער תלמידים וועלכע האבן דערביי געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה מיט אן אויסטערלישן צער אויסגעגאסן אויפ'ן פנים, די גאסן ארום דעם ביהמ"ד זענען שווארץ פון טויזנטער אידן, זקנים עם נערים אין שפיץ פון פילע גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן גאון ישראל.
קיין הספדים זענען נישט געהערט געווארן, כפי צוואתו, די משגיח הישיבה הגה"צ רבי אליהו אליעזר דסלר שליט"א האט פארגעזאגט פרקי תהילים און סליחות מיט א געוואלדיגע התעוררות און קול בכי, און איינער פון די בני המשפחה האט משמיע געווען קארצע דברי פרידה בבכי תמרורים זייענדיג מעורר דעם ציבור ריכטיג צו באוויינען דעם אבידה אשר שרף ה', און מתאבל זיין בהספדו של חכם.
נאך א לענגערע וויילע איז די מיטה ארויס צום לויה ברחובה של עיר אין ריכטונג פונעם בית החיים אין בני ברק, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן בראש המלווים די גדולי ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי דוב לנדא, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון הגדול רבי מאיר צבי ברגמן ראש ישיבת הרשב"י, און כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע האט באגלייט די מיטה א לענגערע כברת דרך ביז די חזון איש גאס אין באגלייטונג פון פילע חסידים.
שפעט ביינאכט איז דער ראש ישיבה געברענגט געווארן למנוחת עולמים אינעם חלקת פאנאוויטש אויפן ביה"ח אין בני ברק, במעמד פון טויזנטער צובראכענער תלמידים.























































תגובות