top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בת קדושים • נפטר געווארן הרבנית מרת אדל ראזענבוים ע"ה אשת הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים האד' מקרעטשניף מאנסי

מיטוואך פ' אחרי • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און ווייטאג איז אויפגענימען געווארן די שווערע בשורה איבער די פלוצלינגדיגע פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת אדל ראזענבוים ע"ה, אשת הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים אדמו"ר מקרעטשניף מאנסי, און טאכטער פון כ"ק האדמו"ר מסטאניסלאוו זצוק"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון איין און זעכציג יאהר. די רעבעצען האט די לעצטע תקופה געליטן פון פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס און איז דעם יו"ט פסח אריינגענימען געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, היינט צופרי האט זי ליידער אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה, לדאבון לב משפחתה וכל מכיריה.


די לוי' גייט ארויס היינט 4:00 נאכמיטאג פון סטאניסלאווער ביהמ"ד און מאנסי אויף וועסט מעיפל, צום בית החיים הר שלום אין עירמאונט וואו די נפטרת וועט קומען לקבורה.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

bottom of page