מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
קדשו צום קרעו עצרה - וכל הגולה כמדורת אש
א ריזן עצרת תפילה איז געפלאנט אויף מארגן דאנערשטאג ערב ראש חודש מוקדם אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק וואו רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן זיך צוזאמקומען אויף אן עצרת תפילה והתעוררות פאררופן דורך מרנן ורבנן גדולי ישראל מנהיגי הקהילות פון שטאט מיטן ציהל איינצורייסן לאבינו שבשמים איבער'ן שרעקליכן צושטאנד וואס הערשט אין ארץ ישראל, און מתפלל צו זיין אז ס'זאל מער נישט קאסטן קיין אידישע קרבנות.
די עצרת תפילה וועט פארקומען מארגן 5:00 אזייגער נאכמיטאג ברחובה של עיר לענגאויס די 14טע עוועניו פון די 45'סטע גאס ביז די 55'סטע גאס. מען וועט אינאיינעם זאגן פרקי תהילים נאכפאלגענדיג מיט אמירת סליחות ושלוש עשרה מידות מיט א פאראייניגטער כח התפלה וואס וועט דורכברעכן די שערי שמים להעביר את רוע הגזירה - די שוידערליכע מלחמה אין ארץ ישראל וואס האט שוין ליידער געקאסט אריבער טויזענט אידישע נפשות אין צוגאב צו הונדערטער פארוואונדעטער אין געפאנגערנער ה''י.
ווי די עסקנים געבן איבער וועלן די גאסן פון די 45'סטע גאס ביז די 55'סטע גאס זיין גענצליך אפגעשלאסן פאר פארקער שוין פון נאכמיטאג.
Comments