top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזענבורג ביים חתונה פון החתן זוהן פון הרב ישראל יוסף פרערויא משב"ק

מאנטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם וואך האט כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א מפאר געוועהן בראש השמחה ביי די חתונה פון החתן א זוהן פונעם משמש בקודש ויד ימינו הרב ישראל יוסף פרערויא וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא אין בארא פארק.


די רבי שליט''א איז אנגעקומען צום מעמד החופה מלובש בבגדי שבת אין מסדר געוועהן חופה וקידושין, שפעטער באנאכט איז די רבי צוריקגעקומען צו די שמחת החתונה וואו די רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים אין אנגעוואונטשן די חתן אין מחותנים, דערנאך האט מען אויסגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ, די רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה אין דערנאך געטאנצן מיטן חתן אין א באזונדערע ריקוד מיטן משמש הקודש הרב ישראל יוסף.
















Comments


bottom of page