top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזענטער אידן צוזאמקומען צום היסטארישער מעמד 'יובל המאה' אפצוצייכענען 'הונדערט יאר' פון דף היומי

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


שטייענדיג גענוי הונדערט יאר פון ווען די גדולי ישראל אין שפיץ פון הגאון הקדוש רבי מאיר שפירא זצ"ל, האבן מייסד געווען דעם לימוד פון 'דף היומי' וועלכע האט געברענגט א רעוואלוציע אינעם עולם התורה, און טוט זינט דאן פאראייניגן כלל ישראל פון איבער דער גאנצער וועלט מיט א קשר דאורייתא עד להפליא, איז נעכטן פארגעקומען א היסטארישער מעמד 'יובל המאה' לכבוד התורה ולומדיה אינעם גיגאנטישער בעל-ווארקס צענטער, וואו טויזנטער אידן זענען זיך צוזאמגעקומען תחת קורת גג אחד אין שפיץ פון די גדולי הרבנים וראשי ישיבות שליט"א, צו פייערן דעם היסטארישער מאמענט, אין אין די זעלבדע צייט פייערן דעם סיום סדר נשים והתחלת סדר נזיקין אויפן סדר פון דף היומי.

דער מעמד האט געעפענט הרב חיים דוד צוויבעל יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא וועלכע האט באגריסט די גדולי ישראל אין אלע פארזאמלטע, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברים חוצבים להבת אש פון הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א פון ארץ הקודש, וועלכע האט גערעט צו די טויזענטער באטייליגטע דורך א לייוו הוק-אפ, אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה הגאון האדיר רבי ירוחם אלשין שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה לעיקוואד, און מען האט געהערט א רייכע דרשה פונעם וועלט בארימטער מגיד הגאון רבי נח אייזיק אלבוים שליט"א אב"ד הומנא, וועלכע האט אדרעסירט די היסטארישע מינוטן.

א רייכע מוזיקאלישער ארקעסטע אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' מאיר אדלער האט מהנה געוועהן בשירה וזמרה, אז עס זאל זיין א ריכטיגע כבוד התורה מיט אלע פיטשיווקעס.

צו דער זעלבער צייט איז אויסגענוצט געווארן דער געוואלדיגער כח התורה ביים מעמד, צו איינרייסן הימלען און בעטן רחמי שמים פאר אונזערע ברידער אין ארצינו הקדושה, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף ספעציעלע חסדים, און מיט א פאראייניגטע כח האט מען אינאיינעם מתפלל געוועהן פאר זיי אז המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה.









Comentários


bottom of page