מאנטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: האחים לענטשעווסקי
פארלאפענעם ליל ששי ביים דינער השנתי מעמד כבוד התורה לטובת כולל זכרון חיים ד'באבוב האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ביים סוף פון די דברות קודש און א איבעראשענדע שריט פראקלאמירט א פרישע היסטארישע פראיעקט אויפצובויען א בנין אדיר ומפואר פאר די גרויסע כולל נעץ כולל זכרון חיים ד'באבוב, די רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע עטליכע יאר איז ב''ה נתרבה געווארן ספסלי דבי מדרשא אין די מספר הלומדים בתוככי הכולל איז דראסטיש געשטיגן וואס האט צוגעברענגט אז די היכל הכולל אינעם בנין הביהמ"ד הגדול איז אויסגעלאפן פון פלאץ און מען האט געדארפט ארויסדינגען נאך א לאקאל, און אויף דעם היי יעריגע שנת הלימודים האט מען ארויסגעדינגען א דריטע לאקאל צו קענען נאכקומען די פארלאנג. די רב האט געזאגט אז עס איז העכסט צייט אז אלע אינגעלייט זאלן קענען לערנען אינאיינעם תחת קורת גג אחד און דערביי מודיע געווען דעם גרויסן אינטערנעמונג פון אויפבויען א בנין מפואר פאר כולל זכרון חיים ד'באבוב.
מיט דבר הכולל האט אויפגעטראטן הרב אלעזר הלברשטאם ממצויני לומדי הכולל נכדו הגדול פונעם רב שליט''א, ביים דיננער איז אויך פארטיילט געווארן די נייע ערשינענע סידי בגלל אבות ניגונים פונעם באקאנטן באבובער חסיד הרב חיים דוד בלום ה''ד פון קשאנוב.
נאך די דברות קוש האט די רב שליט"א פארטיילט די תעודות פאר די העכער זעכציג אינגעלייט וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מוקצעות בהלכה אין ראם פון די סדרי הכולל.
Comments