top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפטר געווארן הרה''ח ר' ישראל זאב ווייצענהענדלער ע"ה מזקני וחשובי חסידי אמשינוב

דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דעם מוצאי שב"ק איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין א היסטארישע שריט ארויסגעקומען זיך באטייליגן ביי די לוויה פון א חסיד, טראץ וואס דער רבי האט נאך געהאלטן אינמיטן די עבודת הקודש פון שבת קודש, און געהאלטן שבת מיט אלע דקדוקים.


דער חשובער נפטר הרב החסיד ר' ישראל זאב ווייצענהענדלער ע"ה איז געווען מזקני חסידי אמשינוב, ער איז געבוירן געווארן ארום אכציג יאר צוריק און געהאט די זעלטענע זכיה אז הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהילער זי"ע איז געווען זיין סנדק ביים ברית.


דער חשובער נפטר האט געוואוינט אין בני ברק וואו ער האט אויפגעשטעלט א הערליכע משפחה חסידים ואנשי מעשה, אין די פריערדיגע יארן האט ער געהאט די זכיה זיך צו דרייען ביי פילע גדולי ישראל, דער הייליגער הוסיאטינער, הרה"ק ר' מאיר'ל פון אמשינוב, און נאך פילע צדיקים וקדושים. ספעציעל איז געווען זיין גאר שטארקע קשר מיט מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, פון וועם ער האט זיך נישט גערירט קיין ווארט.


די לעצטע תקופה איז ער ליידער נישט געזונט געווארן, און איז געווען שפיטאלאזירט אין די בלינסון שפיטאל אין פתח תקוה. דעם שב"ק כ"א סיון איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, און די לוויה איז פארגעקומען מוצאי שבת פון זיין שטוב אין בני ברק, וואו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א א נאנטער שכן איז ארויסגעקומען באגלייטן א לענגערע צייט.


אויפן וועג צום הר המנוחות האט די מיטה זיך אפגעשטעלט נעבן בית מדרשו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין די בית וגן געגנט אין ירושלים, און דער אמשינובער רבי וועלכער האט נאך געהאלטן שבת כדת וכדין, שטייענדיג נאך אינמיטן די תפילות און סעודות שבת קודש כדרכו בקודש, איז אין א היסטארישע שריט ארויסגעקומען באגלייטן זיין געטרייער חסיד בדרכו למנוחה נכונה.


אינעם בילד: כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ביים באגלייטן די מיטה אין די צייט וואס דער רבי האט נאך געהאלטן שבת כדת וכדין, שטייענדיג אינמיטן די עבודה פון שבת קודש.



Comentarios


bottom of page