top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קבוצה חסידי סקווירא האלטן מיט געהויבענע נסיעה למקומות הקדושים בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי

זונטאג פ' וארא • כ"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גרויסער קבוצה חסידי סקווירא האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן א געהויבענע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין איראפע בראשות פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, וואו מען האט מתפלל געוועהן ביי די קברי אבות לקראת די בעפארשטייענדע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פונעם ערשטן אייניקל ביי הרה''צ רבי אהרן מענדיל שליט''א דעם חודש שבט הבעל''ט.


אין לויף פון א פילע וואך האט מען פוקד געוועהן די ציונים הק' פולין, אונגארן, אין ראמעניע, אריינגערעכנט: קראקא, ליזענסק, צאנז, שינאווא, לובלין, קוזניץ, לאנצהוט, דעעש, סיגעט, קאלוב, טאהש, אוהעל, טאמאשוב, דזיקוב, קיעלץ, אין בריגל.


שבת איז געפראוועט געווארן אינעם הייליגן שטאט רימינוב פולין, אויף גאר א געהויבענעם פארנעם אינעם הערליכן אכסניא פונעם בנין הכנסת אורחים אש''ל רימינוב, וואו הרה''צ רבי אהרן מענדיל האט געדאווענט די תפילות, אפגעראכטן די סעודת שבת בנהירו עילאה, פארגעזאגט די זמירות, אין משמיע געוועהן דברי תורה וסיפורי צדיקים.


מוצאי שבת כחצות הלילה איז מען אנגעקומען קיין דינוב צום ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר זי''ע שטייענדיג נאך די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן צו די קברי אבות אין פולין. זינטאג אויפדערנאכט האט מען זיך אומגעקערט קיין ניו יארק, די רישומא דקדושה וועט בלייבן איינגעקריצט אויף אלע באטייליגטע פאר א לאנגע צייט.






































bottom of page