מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א איז פאריגע וואך צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, אין לרגל די חתונה בבית הרבני הנגיד ר' אברהם ליכטנשטיין מבוני ומקימי מרכז העולמי דחסידי מודזיץ. די רבי איז אנגעקומען בשערי העיר מאנטאג צופרי, אין אויפדערנאכט האט די רבי מפאר געוועהן די שמחת החתונה אין בארא פארק וואו די רבי האט מסדר קידושין געוועהן אין געטאנצן מצוה טאנץ.
צומארגנס דינסטאג אינדערפרי ראש חודש איז די רבי אנגעקומען קיין לעיקוואד וואו די רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד קהל אור אריה ישראל אין די טאמס ריווער געגנט, און דערנאך אפגעראכטן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אין שטוב פון הרב יצחק אלטמאן הי"ו.
Opmerkingen