top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומפאַרגעסליכע מאמענטן ביי גרויסארטיגע חתונה אין הויפן פון דאראג אין אמשינוב

דאנערשטאג פ' ויצא • י' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים


מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה אין חסידי דאראג און אמשינוב בפרט מיטגעלעבט די שיינע שמחת הנישואין בחצרות בית צדיקים וואס איז אפגעראכטן געווארן נעכטן מיטוואך במקהלות עם רב, זקנים עם נערים פון נאנט און ווייט וואס האבן מיטגעלעבט די שמחה הרוממה.

בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאַנגען אונטער די חופה די חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, בן לבנו הגדול הרה"צ ר' אשר ראזענפעלד, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בת לחתנו הרה"צ ר' עקיבא קליין, די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אין היכל בית המדרש הגדול דאראג אין בני ברק אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס ראשי העדה מרנן האדמורי"ם שליט"א.

א מחזה הוד איז געוועהן דורכאויס די גאנצע חתונה ווי ביידע אדמורי"ם שליט"א זענען ארויס מגדרם אין האבן מכבד געווען איינער דעם אנדערן אויף א אויסטערלישע פארנעם. אום 7:00 אזייגער איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב פנחס גרינפעלד האט אויפגערטאטן מיט דברי כיבושין און מעורר געווען זכות אבות, דערנאך זענען חסידי דאראג דורך ביים רבין שליט"א וואונטשן מזל טוב. א שעה דערויף איז די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ערשינען צו די שמחה, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"צ ר' ברוך האגער רב ביהמ"ד ברכת משה אין בית שמש א מחותן מצד החתן, דערנאך האט מען געזינגען די ניגון בני היכלא לבית ווארקא - אמשינוב מיט גרויס התעוררות. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די זיידע כ''ק האדמו''ר מדאראג שליט''א, קריאת הכתובה די פעטער הרה"צ ר' מרדכי האלפרין אב"ד קהל חסידים ביתר די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, און די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט''א און הרה"צ ר' עזריאל מאיר אייגער מלובלין, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, נאכן חופה האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געוונטשן מזל טוב בעת די ציבור האט אויסגעבראכן אין א ריקוד של שמחה. תיכף נאכן חופה האט זיך דער ציבור געוואשן צום סעודת החתונה ווי עס איז סערווירט געווארן א סעודה כיד המלך פאר די חסידים פון ביידע הויפן אינעם בנין ביהמ"ד הגדול, אינצווישן האט זיך די זיידע כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א געוואשן על נטילת ידיים אין א זייטיגע שטוב, און אום א האלבע שעה נאכן חופה אריינגעקומען און געמאכט המוציא.

די רבי האט טועם געווען פון די מאכלים און מען האט געזינגען די זמירות יצווה צור חסדו און קה ריבון כנהוג אין אמשינוב, א קורצע צייט דערויף איז כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אריינגעקומען צום שמחת החתונה ווערענדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה אין ביהמ''ד שלא כהרגלו זיך צו וואשן בחדרו הפרטי לכבודו פונעם אמשינובער רבי'ן, די דאראגער רבי האט זיך א לענגערע צייט אומגעקוקט אויף די עבודת הקודש פונעם אמשינובער רבי'ן וואס איז נודע בשערים מיט זיין זעלטענע עבודה און דביקות. דורכאויס די סעודת החתונה האבן באשיינט בראש המסובים פילע אדמו''רים ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם ממודזיץ, שומרי אמונים, שבט הלוי, זוטשקא אמסנא, קודינוב, אשלג, ספינקא בני ברק, ברעזאן, נדבורנא אראד, אפאלע, אב"ד קרית באבוב בת ים, אב"ד קרעטשניף ביתר, אב"ד פרדס כץ, און נאך. בשעת די שמחת החתונה האט די אמשינובער רבי געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד אויפן אויבן אן. די גאנצע ביהמ''ד איז איינגעהילט געווארן אין א חדוה דקדושה ווען די רבי'ס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור ארום פון ביידע הויפן אין העכערע ספערן. נאכן בענטשן בעת ווען די אמשינובער רבי האט ממשיך געווען די עבודת הקודש פון ברכת המזון האט זיך די זיידע די דאראגער רבי אויפגעשטעלט טאנצן ווי מען האט געזינגען פארשידענע ניגוני אמונה ובטחון און ניגונים למפלת הרשעים, אין די רבי האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות. דאן האט נאכגעפאלגט די ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, און נאך חצות הלילה האט מען צוגעטראיטן צום רעווא דרעווין די מעמד המצווה טאנץ ווען בדחנא דמלכא הרב יואל פאלאק האט גענומען דאס ווארט און מיט ווארימע דברי חרוזין אויפגעריפן די זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, אין דאן צוגעטראטן צו די ריקודין קדישין לפני הכלה, אין דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים. נאך די מצווה טענץ פון די פעטער'ס האדמור"ים והרבנים מקארלין לעלוב, און די פעטער'ס הרבנים לבית ווארשרעהלי.

האט מען אויפגעריפן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלכע האט דאן אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט אן אש קודש בעת ווען די גאנצע היכל איז איינגעהילט אין א דביקות עילאה און העכערע אטמאספערע, דערנאך ווען די רבי איז צוריק ארויף אויפן אויבן אהן איז ווידער געשאפן געווארן א מחול לצדיקים צווישן די זיידעס האדמורי"ם שליט''א. דערנאך זענען געטאנצן די מחותנים און די חתן לפני הכלה, און אום צוויי אזייגער אויפדערנאכט האט זיך די שמחה געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט, די זיידע די אמשינובער רבי שליט"א איז פארבליבן אין ביהמ"ד ביז ארום 4:00 פארטאגס נאכן פארענדיגן זיין עבודת הקודש פון ברכת המזון, וועלעכע האט פארצויגן פאר איבער פיר שעה נאכאנאנד.













































































































































bottom of page