top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה • האד' ממשכנות הרועים אנגעקומען קיין ניו יארק לרגל דריי חתונות במעון קדשו

דינסטאג פ' וירא • ט"ז חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א איז היינט אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק, וואו די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומעדיגע פינעף וואכן לרגל חתונות פון דריי אייניקלעך.


די ערשטע חתונה וועט פארקומען קומענדיגן זינטאג אין וויליאמסבורג, הכלה בת לבנו הרה"צ ר' אריה מרדכיחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.


דורכאויס די קומענדיגע צוויי וואכן וועט זיך די רבי שליט''א אויפהאלטן אין שטאט וויליאמסבורג אין ארויפגיין לבתי נדיבים בעם לטובת מוסדותיו הק'.




bottom of page