top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאליב אריינגעבלאזן אמונה און בטחון אין אידישע זעלנער אויפן פראנט

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם פארגאנגענעם זונטאג איז כ''ק האדמו''ר מקאליב שליט''א ארויסגעפארן צו די צפון גרעניץ אין ארץ ישראל, וואו עס האלטן זיך אויף אידישע זעלנער וואס קעמפן אויפן פראנט. דער רבי וועלכע איז א הולך בדרכי אבותיו כ''ק האדמו''ר מקאלוב זכר צדיק לברכה, וועלכע פלעגט ארומגיין אין מערערע פארווארפענע ערטער און מקרב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים, איז אנגעקומען צום גרעניץ צווישן לבנון און סיריע, און האט אויסגעשריגן 'שמע ישראל' און קבלת עול מלכות שמים אינאיינעם מיט די זעלנער וועלכע האט אריינגעבלאזן אין זיי אמונה און בטחון אין בורא כל עולמים.

דער רבי האט אויפגעטראטן מיט קורצע דברי אמונה פאר די זעלנער און ארויסגעברענגט אז נאר דער אויבערשטער היט אויף אונז און די שטערקסטע וואפן וואס מיר פארמאגן איז אמונה און בטחון בה', דערנאך האט דער רבי פארטיילט ערבות פון די הושענות אלס א שמירה.

פון דארט איז דער רבי אריבערגעפארן צום תלמוד תורה אין מושב קשת וועלכע איז די איינציגסטע תלמוד תורה ווי עס קומען נאך פאהר לימודים אין די גאנצע 'רמת הגולן' געגענט. דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברי חיזוק פאר די קינדער און אריינגעבלאזן אין זיי טללי תחי' אנצייגענדיג אז אין זכות פון לימוד התורה דורך הבל פיהם של תינקות של בית רבן וועט מען געראטעוועט ווערן פון די אלע וואס ווילן אונז שלעכטס טוהן.

פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרופע חסידים אויף א תפלה ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי מעורר זיין רחמי שמים לישועתן של ישראל.











Comments


bottom of page