דינסטאג פ' ויצא • ב' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט האבן חסידי פאפא בכל אתר ואתר אויפגענומען די הכרזת ורצון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן בשער בת רבים און געבעטן מפרסם צו זיין ביי אלע חסידים, איבער'ן חשיבות פונעם הייליגן חסיד'ישן מלבוש "קאסקעטל" וואס איז כדאי אנצוטון פאר די יונגלעך, ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה, ובפרט האט דאס געטראגן אן אויסטערלישע חשיבות ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע.
דער רבי האט איבערגעגעבן דעת ורצון קדשו נעכטן מאנטאג ווען דער רבי איז אומגעראכטן ערשינען אינעם היכל הכולל און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש פאר די הונדערטער לומדי הכולל, איבער'ן נושא פון אנטון קאשקעטלעך, זאגנדיג אז הגם ער הייסט נישט, אין דרכי צו הייסן, אבער אויב דער בעלזער רב זי"ע האט געזאגט אז 'קאשקעטלעך' האבן א אידישן חן, מיינט עס עפעס, מ'זאל זיך רעכענען דערמיט, און כ'בעט מ'זאל עס מפרסם זיין ווייטער.
Comentários