top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שמחה געפראוועט אין די הויפן פון פשעווארסק וומס"ב - סקאליע

דאנערשטאג פ' בהר בחקתי - כ' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגאנעם וואך מאנטאג פרשת אמור איז אנגעקומען צו גאסט קיין וויליאמסבורג כ"ק הגה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג, וועלכער איז געקומען צו פארן באשיינען די שמחת ברית מילה אצל בנו הרה"צ רבי איציק'ל רייך שליט"א רב דקהל בית משה אהרן פשעווארסק וויליאַמסבורג צוליב דעם געבורט פון די צווילינג קינדער'לעך בליעה"ר וואָס זענען געבוירן געווארן צו אים נאך פערצן יאר בחסדי ה'.


דער רבי שליט"א האט אויסגעדריקט רצון קדשו אז ער וויל מיטהאלטן די גרויסע שמחה. ווי נאר עס איז אנגעקומען די שמועה האבן אנ"ש חסידי פערשווארסק האבן די א שטאב פון עסקנים אַריינגעלייגט בלב ובנפש מסדר צו זיין די גאַנצע נסיעה פון רבין קיין אַמעריקע עצהיו"ט.


מאנטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א מיט זיינע באַגלייטער אנגעקומען אין שטאָט וואו חסידי ומעריצי פשעוואָרסק זענען געקומען שלום נעמען פון רבין שליט"א. דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארן צום אכסני' אין פוינטּ פלאַזאַ האָטעל.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת הוואך-נאכט אין די זאלן פון ת"ת ויואל משה אין וויליאמסבורג וואו עס האט זיך פאַרזאַמעלט א ריזיגער ציבור חסידי ואנ"ש פון אלע שיכטן און קרייזן, אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן פילע רבני ואדמורי"ם פון שטאט. צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מסקולען וומסב"ג שליט"א, און נאך. דער רבי שליט"א האט געזאגט דברי תורה און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען, און וואונטשן מזל טוב.


דינסטאג מיטאג איז פארגעקומען די שמחת מילה אין ביהמ''ד תולודת צבי דספינקא בהשתתפות קהל רב. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן מחותנו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א ויקרא שמו בישראל "שמעון" ע"ש התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודת הברי"מ.


צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרה"צ רב דביהמ"ד שליט"א וועלכער האט מיט א קול חינוק מדמעות געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו והגיענו לזמן הזה.


דאנערשטאג אווענט איז פארגעקומען א רייכער סעודת שלישי למילה אין שטוב פון הרבני החסיד המפואר כש"ת מוה"ר יצחק ברוך שפיטצער הי"ו, די סעודה איז געווען קאָמבאַנירט אינאיינעם מיט די עריכת סעודת 'פסח שני' ברוב פאר והדר.


אויף שב"ק האָט דער רבי שליט"א געפירט אויף א געצוימטע פארנעם אין שטוב פון הרה"ח מוה"ר אהרן בינער שליט"א מוותיקי חסידי ומעריצי פערשווארסק. דער רבי שליט"א האט געפראוועט די טישן בזעיר אנפין. אויף די מלוה מלכה האבן די חסידים ארויסגענומען דאס ביהמ"ד קראסנא אויף בעדפארד עוו. וואס געפינט זיך אין די שכינות פונעם בעל אכסני'. א ריזיגער עולם תושבי העיר זענען געקומען מיטהאלטן די שיינע נאָ בעלע מלוה מלכה כנוסח פשעווארסק.


מען האט געזונגען זמירות פון מוצאי שב"ק און מען האט זיך געשלענגלט ביי די רייע צו באקומען פון רבין שליט"א קנאבל כמנהג הקודש בבית פערשווארסק.

































































Comentários


bottom of page