


כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון ב"פ קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק נאכן וויילן די לעצטע וואך אין ניו יארק.
כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א קומט היינט אן קיין קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע זוממער וואכן אויף אפרוה.
ככלות השבעה להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה זצ"ל, וועט פארקומען אן עצרת קינה ונהי אין היכל ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים בראשות אחיו כ"ק האדמורי"ם והרבנים שליט"א, ווי עס וועלן אויפטרעטן אחיו הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, מחותנו כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי חיים יוסף בידרמן שליט"א אב"ד לעלוב און הגה"צ ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק שליט"א.
מעמד 'התחלת כתיבת ספר תורה' וואס ווערט געשריבן דורך איחוד בחורי באבוב 45 במסגרת 'אירגון חלקינו בתורתך' - אין די היכל המתיבתא אין בארא פארק בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.

שמחת בית סאטמאר - טעמעשוואר: שמחת החתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל, בן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א מיט החתן נכד כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א בן לחתנו הגה"צ רבי יעקב יצחק לאבין שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מזידטשויב חרדים שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מזידטשויב באר שבע שליט"א, החתן בן הרב אשר חיים ווייזער שליט"א ראב"ד דבר המשפט אין בארא פארק חתן כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק-מאנסי שליט"א בת לחתנו הרב ר' שמעון שטערן שליט"א פון קרית טאהש - אין זאל ויואל משה אין וויליאמסבורג.
שמחת השבע ברכות בבית ראחמיסטריווקא – וויזניץ-מאנסי – סוליצא: אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.
שמחת החתונה פון החתן בן הרב ישראל משה האגער שליט"א בן הגה"צ ר' גרשון האגער שליט"א רב ביהמ"ד סטראזיניץ-לאנדאן, מיט די כלה בת הגה"צ ר' משה אליעזר ווייס שליט"א רב קהל מחזיקי הדת אין ווינא, עסטרייך - אין עיר הבירה לאנדאן.
שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' יחיאל מיכל שלאגער שליט"א רב דביהמ"ד ספינקא אין לאנדאן בן הגה"צ אבד"ק בוקשעוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא לאנדאן זצ"ל, מיט די כלה בת הרב יוסף ישעי' דייטש שליט"א פון קרית צאנז נתני' בן הגה"צ ר' חיים לייב דייטש שליט"א גאב"ד חוג חתם סופר פתח תקוה וחתן ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א - אין היכל רוזנבערג אין קרית צאנז נתני'.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ המשפיע ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה אין מאנסי, מיט די כלה בת הרב מרדכי דעמבינסקי שליט"א פון בארא פארק.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב דוד יצחק וויינבערגער שליט"א בן הגה"צ ר' הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ודומ"ץ נייטרא וחתן הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן, מיט די כלה אייניקל פון הגה"צ גאב"ד קאפיש זצ"ל בת לחתנו הרב מרדכי דוב פישער שליט"א בן הגה"צ ר' שמחה בונם פישער שליט"א ממאטערסדארף.
קארלסבורג - שארמאש - דומ"ץ סאטמאר ב"פ: שמחת התנאים פון החתן נכד הגה"צ אב"ד שארמאש שליט"א בן לחתנו הרה"ג שמואל פרידמאן שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א בת הרה"ג יואל פרידמאן שליט"א בן הגה"צ ר' משה פרידמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר ב"פ.

היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' ארי' שמואל מפוריסוב זי"ע – כ"ק אדמו"ר מפוריסוב שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא אין די ביאלה זאל אין ירושלים.
היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע – א גרופע יודן געפונען זיך ביים ציון הק' אין שטאט טריסק. כ"ק אדמו"ר מטריסק שליט"א אפרעכטן א סעודת הילולא בבית מדרשו אין ירושלים.
היינט נאכט ג' תמוז געפאלט די יארצייט פון הרה"ק מליובאוויטש זי"ע - טויזענטער אידן וועלן שטראמען צום ציון הק' אויפן בית החיים אין קווינס, וואו עס איז איינגעשטעלט געווארן א ספעציעלן סדר, אין איינקלאנג מיט די געזונטהייט רעגולאציעס.

ניחום אבלים: הרה"ג ר' אשר מרדכי גרינוואלד שליט"א, בן הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, זיצט שבעה צו די פטירה פון בנו הילד ישעי' ע"ה, ביי זיך אין שטוב אין מאנסי.
ניחום אבלים: הרה"ג ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, נכד פון כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, קאלוב, און וויזניץ פון מאנסי שליט"א, זיצט שבעה צו די פטירה פון בנו הילד מרדכי ע"ה, ביי זיך אין שטוב אין בארא פארק.
Comments