top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע אסיפת חיזוק 'חומות מגדלי' פאררופן דורך האד' מבאבוב פאר תלמידי ישיבה גדולה

דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א גרויסע אסיפה 'חומות מגדלי' פאר די הונדערטער בחורי הישיבות הגדולות דחסידי באבוב וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען זיך מחזק צו זיין בענינים הצריכים חיזוק. די מעמד וואס איז פאררופן געווארן על פי קריאת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז פארגעקומען און די אודיטאריום פון די נייע בנין בנות ציון ד'באבוב.


אנהייב פונעם אסיפה האט מען געזינגען 'אב הרחמים ויזכור ברית איתנים' אין דערנאך האט די באבובער רב שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות והתחזקות נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די גוי'שע גאס וואס כאפט זיך אריין על כל צעד ושעל און איבער די נסיונות פון טעכנאלאגיע למיניהם, דערנאך האט די ראש ישיבה הגה''צ רבי ברוך אברהם הורוויץ אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט די תכלית האסיפה, דערנאך האט גענימען דאס ווארט די נואם הכבוד די מחנך הרב בערל טויבער וואס האט איבערגענומען דעם זאל מיט זיין פערל רייד און ארויסגעברענגט בפרטיות די שיינקייט פון די היינטיגע דור ווי תורה ועבודה איז אויף די העכסטע ניווא, אבער די צווייטע זייט מטבע ווי די מאדע'ס און די גוישקייט כאפט זיך אריין איבעראל פון אלע זייטן די תאוות האכילה, די פראסטע עדוועטייזמענט, די היינטיגע שטריימלעך און תפילין בייטלעך און ווי אזוי דאס גייט אויסזעהן און צוואנציג יאר ארום און דערמאנט לשבח די קול מלחמה במחנה פון כ''ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז כסדר מעורר וועגן די ענינים ברבים אין דעם קול מעורר טוט אפקלינגען בכל העולם כולו.

















bottom of page