top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • שטאטראט באשטימט שטח בטיבורה של עיה"ק ירושלים פאר נייע ביהמ"ד דחסידי וויז'ניץ

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס התרגשות האבן חסידי וויז'ניץ תושבי עיה''ק ירושלים אויפגענימען די פריידיגע נייעס אז נאך קרוב צו דרייצן יאהר פון פלאגענישן דורך די עסקני הקהילה האט די הנהלת הקהילה ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן פאר א שטח רחבת ידיים בטיבורה של עיה''ק ירושלים וואס די ירושלימער שטאטראט האט באשטימט פאר די וויזניצער קהילה אין שטאט. אויף דער שטח וואס געפינט זיך אויף רחוב גבעת משה וועט בקרוב בימים אויפגעבויעט ווערן א ביהמ''ד לתורה ולתפילה צום גרויס פרייד פון חסידי וויז'ניץ אין ירושלים וועלכע קוקן שוין אזוי לאנג ארויס אנצוקומען אל המנוחה ואל הנחלה.


ווי נאר די עסקנים האבן ערהאלטן די ידיעה זענען זיי אריבערגעפארן קיין בני ברק אין איבערגעגעבן די בשורה משמחת פאר כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א, דער רבי האט אויפגענימען די נייעס מיט א קענטיגע קורת רוח איז ארויס אין א ריקוד מיט די חשובע עסקנים וועלכע האבן די לעצטע דרייצן יאהר אריינגעלייגט שווערע כוחות לילות כימים צו באקומען דעם שטח.


ביי שלש סעודות דער וואך האט די רבי געהייסן שטעלן וויין פאר די ירושלימער אידן, אין שפעטער ביי די דברות קודש האט די רבי אויסגעדריקט זיין טיפע התרגשות צו דעם היסטארישן עררייכונג, אין ארויסגעברעגנט דער לימוד דערפון קיינמאל נישט אויפצוגעבן טראץ אלע שוועריקייטן אין מניעות, אין מסיים געוועהן בברכת קדשו פאר אלע עסקנים אין מסייעים אין מ'זאל שוין זעהן דעם ביהמ''ד על תילה בנויה.






Yorumlar


bottom of page