top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס • שמחת הברית פון אייניקל פון האדמו"רים מסקווירא אין טשערנאביל

מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין שיכון סקווירא איז היינט פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל ביי בנו הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי, בן הנולד ביי זיין זון הרב מרדכי טווערסקי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואו עס איז מכובד געווארן מיט סנדקאות די געהויבענער זיידע כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די פעטער הרה''צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון סקווירא רבי'ן, עמידה לברכות די פעטער כ''ק האדמו''ר מזוטשקא מאנסי, די ברכות האט געזאגט די זיידע הרה''צ רבי יעקב יוסף טווערסקי, ויקרא שמו בישראל 'יהושע אברהם יחיאל' נאכן זיידן הגה''צ אב''ד מאקאווא בני ברק זצ''ל - שווער פון האד' מזוטשקא אמסאנא. נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה איז די ציבור איז דורך צו אפגעבן דעם מזל טוב פאר דער בעלי שמחה אין די זיידע כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א.


די סעודת ברית איז פארגעקומען אין די פארמיטאג שעהן אין סקווירא שטיבל אין די וועסלי הילס געגענט אין מאנסי, וואס שטייט בהנהלת הרה''צ רבי יעקב יוסף טווערסקי, במשך די סעודה האבן זיך משתתף געוועהן די פעטער'ס האדמור''ים מראחמיסטריווקא מאנסי אין זוועהיל מאנסי.

















Comments


bottom of page