top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעהאלטן דורך חסידי באבוב 45 אלוועטליך

מונטאג פ' ואתחנן - ו' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


דעם ראש חודש אב האבן חסידי באבוב 45 אפגעראכטן די הילולא פון מורם ורבם הרה''ק רבי שלמה מבאבוב זי''ע. מיטוואך אינדערפרי בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין געדאווענט הלל פארן עמוד. נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש און לכבוד די יארצייט.

נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות און הונדערטער חסידים, ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן א א לענגערע וויילע אין געליינט די קוויטלעך וואס די חסידים האבן אריינגעברעגנט אין די טעג בעפאר די יארצייט, און אזוי אויך א ספיציעלע קוויטל פון פילע הונדערטער תלמידי הישיבות וועלכע האבן געלערנט שעות רצופות כהכנה צום יארצייט, די רבי האט געליינט די קוויטלעך פאר קרוב צו צוויי שעה. פארנאכטס איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום צענטראלן סעודת הילולא וסיום הש''ס אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק וואס איז געוועהן איבערגעפילט מלא על כל גדותיו.


נאכן זיך וואשן צום סעודת הילולא האט הגה''צ אבד"ק באבוב-45 געמאכט דעם סיום הש"ס און די רבי האט אנגעהויבן מסכת ברכות. דאן האט די רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו פונעם בעל ההילולא אין בתוך דבריו ווי באריכטעט געמאלדן איבער די היסטארישע נסיעה "אהבת איתן" צו די מקומות הק' לטובת דעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש. די רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און די גאנצע עולם איז דורך וואונטשן לחיים.






























Kommentarer


bottom of page