דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם מאנטאג נר ד' דחנוכה איז פארגעקומען אין ירושלים די פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בית המדרש הגדול דחסידי פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים, לע"נ הרב החסיד ר' אברהם אלימלך ראזנער ע"ה, הונדערטער חסידים האבן זיך מיטגעפריידט ביי די תהלוכה לכבוד התורה אין ביי די ריקודין אין ביהמ"ד אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.
Comments