top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי ישראל פון פארשידענע קרייזן וועלן שטיין אין שפיץ פון נייע וועד הרבנים לעניני תקשורת

מאנטאג פ' קרח - ל' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


אין א היסטארישע דורכברוך נאך א לאנג פארצויגענע סאמטוכע איבער די כשרע טעלעפאנען אין ארץ ישראל, איז אין די יעצטיגע טעג אוועקגעשטעלט געווארן א נייע רוחניות'דיגער קערפערשאפט אינערהאלב 'וועד הרבנים לעניני תקשורת', ווען אין שפיץ פונעם וועד וועלן שטיין דריי גדולי ישראל פון די חסידישע, ליטווישע און ספרדישע קרייזן, וואס על פיהם ישק כל דבר קטן וגדול.


דאס קומט נאכדעם וואס א גרופע רבנים און עסקנים פון די ליטווישע און ספרדישע קרייזן, האבן אויסגעדרוקט אומצופרידנקייט פון די ביז יעצטיגע 'וועד הרבנים' קערפערשאפט און נאך בארוטונגען מיט הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל ויבלדחט"א הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא, איז אויסגעארבעט געווארן א מהלך וואס זאל יעדן צופרידנשטעלן. לויט די החלטה בחייו פון הגאון ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל מיט די הסכמה פון א רייע גדולי הדור, איז באשטימט געווארן אויפצונעמען דער סלאבודקא ראש ישיבה הגאון ר' משה הלל הירש צו שטיין אין שפיץ פונעם וועד מטעם 'דגל התורה', הגאון ר' משה מאיא מטעם 'ש"ס' און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט''א מטעם 'אגודת ישראל', און אונטער די דריי ראשי הוועד וועלן זיין פארשטייער פון די חסידישע ליטווישע און ספרדישע קרייזן וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט די אלע דעטאלן און פרטים אינערהאלב דעם וועד הרבנים לעניני תקשורת. לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן, וועט אויך זיין א פארשטייער מטעם די עדה החרדית, און אזוי ארום וועט די וועד הרבנים געפירט ווערן מיט די צוזאמענארבעט פון אלע שיכטן און קרייזן צוגליייך.


די יעצטיגע דורכברוך אינערהאלב 'וועד הרבנים לעניני תקשורת' געבט א גרינע ליכט פאר די חברי הכנסת אריבערצופירן דעם 'חוק ארבל' וועלכע לויטעט אז מען וועט נישט קענען נוצן א כשר'ע סים קארטל אין א געאסר'טע סעלפאון, א געזעץ וועלכע איז נישט געשטיצט געווארן דורך 'דגל' און 'ש"ס', אצינד אבער, נאכדעם וואס מ'איז געקומען צו א פארשטענדעניש, וועלן אלע חברי הכנסת פון די חרדישע פארטייען זיין איינשטימונג אריבערצופירן דעם חוק ארבל, וועלכע וועט ווי פארשטענדליך ברענגען א מהפיכה אין די היימישע וועלט, און וועט ווייניגער אויסשטעלן דאס באניץ פון חרדישע אידן מיט געאסר'טע טעלעפאנען.


אין ליכט פון די שינוייים אינערהאלב 'וועד הרבנים' קערפערשאפט איז ערשינען א פאראייניגטע ברייוו פון די גדולי תורה פון די ליטווישע קרייזן וועלכע באגריסן דעם נייעם אויסגעארבעטן מהלך און שטיצן די כשר'ע סים קארטלעך.



Comments


bottom of page