לֵיהָנוֹת בָּהֶם בְּנֵי אָדָם: האד' מראחמיסטריווקא ביי ברכת אילנות בגלילות ירושלים אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים
- 21 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפאנעם וואך דינסטאג פארנאכטס איז כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען אויף ברכת האילנות אין א גרויסן פרדס אין מושב גבעת החדשה נישט ווייט פון הר שמואל אין די גלילות פון ירושלים, וואו עס זענען געווען פארזאמלט הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער גאנץ ארץ ישראל מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פון ברכת האילנות וואס איז ווי באקאנט א געהויבענער עבודה ביים ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א וואס איז מקיים די מצווה איין מאל אין יאר, מיט גרויס דביקות און השתוקקות בדחילו ורחימו.
ביים אנקומען האט די רבי שליט"א באטראכט די פלוימען וואס וואקסן אויף די ביימער און דאן געמאכט די ברכה מיט גרויס התלהבות כדרכו בקודש, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון און ניגוני קודש וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען שיחת קודש בענין ברכות בכוונה, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די חסידים און פארן אייגנטומער פונעם פרדס.


















תגובות