דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ארויסגעפארן צום נייעם יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד החומש סעודה אינעם ארטיגן תלמוד תורה דחסידי באבוב 45, די רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די מעמד און משמיע געוועהן דברות קודש בשבח המוסד און די הנהלת התלמוד תורה דערנאך האט די רבי פארטיילט חומשים פאר די חתני המקרא און אנגעוואונטשן די אלע עלטערן און זיידע'ס.
Comments