דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו! אין די פארגאנגענע טעג האבן די העלדישע געטרייע שלוחי ועסקני כלל ישראל פונעם אלוועלטליכע הייליגע מפעל האדיר "השומרים" געהאט די זכי' מיטצולעבן שעות של קורת רוח והנאה ביי א געהויבענע באזוך בביתו נאוה קודש פונעם פּאר הדור והדרו כ"ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים עיה"ק.
"השומרים" איז די הייליגע ארגאניזאציע וועלכע באשטייט פון מסירת נפש'דיגע עסקנים וועלכע פירן מיט א הייליגע אייפער און פייער די מערכת הקודש אנצוהאלטן א הייליגע ערליכע ריינע כלל ישראל, מיט'ן זיך ארויסשטעלן צו באקעמפן די שרעקליכע סכנה פון טעכנאלאגיע וועלכע טוט באדראען די עקזיסטענץ פון כלל ישראל.
אין די לעצטערע יארן האט שוין השומרים באוויזן בסייעתא דשמיא אויפצוטון גדולות ונצורות, מיט'ן ברענגען א הילכיגע אויפוואכונג ביי כלל ישראל מסוף העולם ועד סופו איבער די סכנה פון די אלע כלים מכלים שונים וועלכע זענען מכלה מנפש ועד בשר אויף א שרעקליכע פארנעם.
עס לאָזט זיך ריכטיג זאגן אז השומרים האט באוויזן צו טוישן כלל ישראל אין די לעצטע עטליכע יארן, צו א פיל העכערע ריינע עם קדוש ונבחר, ווי רש"י הק' זאגט אויפ'ן פּסוק והייתם לי קדשים כי קדוש אני ה' ואבדל אתכם מן העמים להיות לי, אם אתם מובדלים מהם הרי אתם שלי ואם לאו הרי אתם של נבוכדנצר וחביריו, דאס באדייט אז מיט'ן אַריינברענגען ביי כלל ישראל א גייסט פון א עקל און אפשיי צו די אלע איבלען פון טעכנאלאגיע איז כלל ישראל געטוישט געווארן צו א שטאפל העכער הייליג און געהויבן.
די מערכת הקודש פון השומרים ווערט געפירט על פי הוראות מרנן ורבנן גדולי וצדיקי הדור שליט"א, וועלכע געבן איבער זייער הוראות קודש איבער די ריכטיגע דרכי המלחמה ווי אזוי צו באקעמפן די שווערע נסיון, ועל פיהם יושק כל דבר.
פון צייט-צו-צייט זענען די עסקנים זוכה אריינצוגיין פערזענליך צו די גדולי וצדיקי הדור און מקבל זיין פערזענליכע הוראות און ברכת הקודש אין די הייליגע אנטשלאסענע מערכה למען קדושת כלל ישראל. אין די פארלאפענע טעג האבן די עסקני ושלוחי כלל ישראל געהאַט די ספעציעלע זכי' לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו פונעם פאר הדור והדרו כ"ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בעיר ה' שמה אין ירושלים עיה"ק, וואס דער גרויסער גאון וצדיק איז ברייט באקאנט מיט זיין הייליגע חיזוק און שטיצע פאר די מערכת הקודש.
די העלדישע עסקנים זענען געוואָרן אויפגענומען דורכ'ן פאר הדור והדרו מיט גרויס כבוד, ווען דער רב שליט"א האט ארויסגעצייגט פאר די עסקנים א חיבה יתירה און הערצה עצומה אויף זייערע פעולות חשובות ונשגבות אין וועלכע זיי זענען עוסק מיט אזא הייליגע מסירת נפש. מיט גרויס הנאה האט דער רב שליט"א געהערט א באריכט פון די חשובע עסקנים איבער אלע חשובע פּעולות,
דאן האבן די עסקנים איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א אַ גרויסע סכום פון ספּעציעלע תהלימ'לעך, געדרוקט אין אַ לעדערנע טייערע פארמאט, צו שענקן פאר די חשובע תומכים האדירים וועלכע באַשטייערן מיט גרעסערע סכומים צו קענען אָנגיין מיט די הייליגע פּעולות פון השומרים, מיט אַ קענטיגע שטאַרקע התרגשות האָט דער רב שליט"א פאר אַ לענגערע צייט געוואונטשן די תהלימ'לעך גאָר הייליגע און געהויבענע ברכות פאַר אַלע תורמים וועלכע וועלן ערהאַלטן די דאָזיגע תהלימ'לעך.
דער רב שליט"א האָט דערביי אָנגעוואונטשן גאָר וואַרימע ברכת הקודש פאר די וואס גיבן געלט און שטיצע פאר די הייליגע חבורה, זאָגנדיג בלש"ק: "דער אויבירשטער זאל העלפן אלע תורמים זאלן האבן א שפע עשירות, און נחת פון די קינדער. אלע וואס וועלן זאגן תהלים אין די תהלים'ס וואס איז דא, זאלן פועלן אלע ברכות און אלע ישועות, פאר זיי און פאר זייערע קינדער, בעזר השם יתברך".
דאַן האָט דער רב איבערגעגעבן מאַכטפולע דברי חיזוק ועידוד פאַר די חשובע עסקנים לשם שמים, און געזאגט מיט גרויס התרגשות: "דער אייבערשטער זאל חונן דעת זיין, מען דארף זעהן וויאזוי זיך צו פירן אין דעם, און טאקע מצליח זיין. מען דארף 'טוהן', און 'מצליח זיין' וועט שוין דער אייבערשטער, עס איז זייער שווער מבטל צו זיין א זאך וואס איז שוין נתפשט געווארן, אז מען 'טוהט', וועט דער אייבערשטער געבן א הילף אז עס זאל בטל ווערן, עס זאל אריינגיין אין דער ערד די אלע טריפה כלים, בעז"ה, אז מען טוהט וואס מען קען, וועט דער אייבערשטער העלפן"!
"עס איז א גרויסע טומאה, עס איז א שרעקליכע טומאה, מיום הבריאה איז נישט געווען אזא טומאה! א מענטש שטייט אויף אינדערפרי, 'קוקט ער' זעהט ער שוין 'כל דבר אסור', ער איז הערשט אויפגעשטאנען, נאך פאר נעגל וואסער, האט ער שוין געזעהן, עס ליגט דאך נעבן די בעט די אלע שמוץ, מען שטייט אויף, טוהט מען שוין כל דבר אסור רח"ל. דאס איז מטמא די ראיה, די שלעכטע ראיה גייט אריין אין די גאנצן גוף, און מען ווערט טמא ממש, דער אויבערשטער זאל רחמנות האָבן". און דער רב שליט"א האָט זיך געוואָנדן צו די חשובע עסקנים: "שטארקטס אייך, שטארקטס אייך! דער אויבערשטער איז מיט אייך, איהר טוהט דעם רצון הבורא, און עטס זאָלטס ווייטער האבן ערליכע קינדער עוסקים בתורה ובמצוות, שומרי הברית, שטאַרקט אייך מיט די גאנצע כוחות! עס איז נישט דא קיין 'שכל' עס מבטל צו זיין, נאר אז איר וועט טוהן, וועט דער אויבערשטער מבטל זיין! דאס איז די עצה".
"דער אייבערשטער וועט העלפן, טוהט, און דער אויבערשטער איז מיט אייך. טוהט, עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה אין דער וועלט" און צייגנדיג אויף די עסקנים האט דער רב אויסגעפירט - "איר וועט זיך שלאגן, און די ישועה וועט קומען פון אויבערשטען". דערנאָך האָבן די עסקנים אָנגעפרעגט ביים רב שליט"א, איבער דעם וואָס געוויסע האָבן אַ מכלומר'ישע טענה אַקעגן די מערכת הקודש, אַז מ'מוז בהכרח צוקומען צו די אַלע כלים און עס איז נישטאָ קיין אויסוועג, האָט דער רב שליט"א זיך אויסגעדרוקט מיט אַ אש קודש: "פון דערצערענען דעם אייבערשטען פארדינט מען גארנישט, מען מיינט אז מען פארדינט, אָבער מען פארדינט גארנישט פון דעם".
די געהויבענע באַזוך אין שטוב פונעם פּאר הדור והדרו איז געווען אַ אויסנאַמליכע מאַכטפולע חיזוק פאר די חשובע עסקנים, וועלכע זענען אַרויסגעקומען פון ביתו נאוה קודש דערהויבן און ערמוטיגט מיט פרישע כוחות אין די הייליגע עבודת הקודש. אין די זעלבע צייט גרייט זיך כלל ישראל מיט שטורעמישע געפילן צו שענקן אַ מאָראַלישע און פינאַנציעלע מעדאַל פון חיזוק און שטאַרקייט פאר די חשובע העלדישע עסקנים שלוחי כלל ישראל, ביי די בעפאָרשטייענדע קאַמפּיין אויפצוטרייבן פייער'דיגע שטיצע פאר די ווייטערדיגע ריינע עתיד פון כלל ישראל, אונטערצושטיצן די הייליגע פּעולות פון השומרים.
דער וואך פּרשת במדבר הבעל"ט אין לויף פון מאָנטאָג, דינסטאָג, און מיטוואָך, וועט געלאָזט ווערן אין גאַנג אַ שטורעמישע קאַמפּיין צו קענען אָנגיין ווייטער מיט אַלע הייליגע פּעולות הקודש, און כלל ישראל וועט אַקעגנקומען מיט אַ שטאַרקייט צו פאַרזיכערן אַז די עסקנים קענען ווייטער אָנגיין מיט זייער הייליגע אַרבייט צו ראַטעווען כלל ישראל, און געלט איז נישט קיין אָפּהאַלט.
Comentarios