top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא אפגעראכטן א דערהויבענעם מעמד תפילה ביים מערת המכפלה אין חברון אינאיינעם מיט די מחזיקי הכוללים

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

דעם דינסטאג העעל"ט ליל ראש חודש אלול, איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אנגעקומען קיין חברון צום מערת המכפלה, אויף מעמד התפילה ביי די קברי אבות און צוזעמענהאנג מיטן מעמד "עמודי עולם" מיט א גרויסן פמלי' תומכים ומחזיקים פון די רשת הכוללים עטרת ישראל סאדיגורא וואס דער רבי האט מייסד געווען בראשית ממכלתו נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה.

ביים אריינקומען אינעם מערת המכפלה האט דער רבי שליט"א אומגעראכטן, אליין צוגעטרעטן צום עמוד צו תפילת מעריב, און פארגעדאווענט מיט א געוואלדיגע נעימות און התעוררות.

דערנאך האט מען זיך געשטעלט זאגן תהלים, אנגעהויבן מיט ספר רביעי און דערנאך די פופצן שיר המעלות, וואו דער רבי האט אויסגעלאזט די מזמורים מיט א געוואלדיגע התעוררות. דערנאך האט מען געזאגט די "יהי רצון" און י"ג מדות של רחמים, און דער רבי שליט"א האט געזאגט דעם קדיש.

מען האט דאן געזינגען דעם לעלובער "מגן אבות" מיט גרויס התעוררות, מעורר צו זיין זכות ישני עפר, און נאך ניגונים בלהב אש קודש.

דערנאך איז דער רבי אריין אין דעם היכל וואו עס איז אנגעצייכנט דער מקום הציון פון אברהם אבינו ע"ה, און דער ציבור האט אנגעהויבן אריבערגיין מיט קוויטלעך. דער רבי האט געוואונטשן יעדן איינעם פון די חסידים בפרטית מיט ווארעמע ברכות שימלא כל משאלות לבם לטובה ולברכה. 

ביים ארויסגיין פונעם מערת המכפלה האט דער רבי זיך אפגעשטעלט אנטקעגן דעם מקום וואו עס איז מקובל אז די אבות הקדושים זענען באערדיגט, דארט וואו אידישע קינדער אין אלע דורות האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ. דער רבי איז צוגעגאנגען נאנט צום וואנט פון בנין און האט דארט פאר א לאנגע צייט מתפלל געווען א תפילה חרישת מיט גרויס דביקות.

ביים ארויסגיין האט דער רבי געוואונטשן דעם ציבור "מ'זאל האבן געפוילט אלץ גוט, און דער ראש הכולל הרב צוקערמאן האט איבערגעזאגט פאר'ן רבי'ן די דברי חיזוק וואס ער האט משמיע געווען ביי די גייסטרייכע סעודת ראש חודש וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר אלע מחזיקי התורה, בעפאר דעם מעמד התפילה.



תגובות


bottom of page