top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדאראג אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר

מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א וואס וויילט די טעג אין שטאט דאראג אין אונגארן אויף אפרוה, איז נעכטן נאכמיטאג ארויסגעפארן קיין קערעסטיר, ווי די רבי האט ביים אנקומען געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש פון הרה''ק רבי ישעילע מקערעסטיר זי''ע, און איז דערנאך ארויף צום ציון הק' ווי מען האט געזאגט ספר ראשון שבתהילים און די יהי רצון מיט גרויס התעוררות, נאכן עלייה לציון האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אין ר' ישעילע'ס הויז און דערציילט סיפורים ועובדות פון הרה"ק רבי ישעיה'עלע זי"ע.


פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן קיין קאליב, צום ציון הק' פון הרה"ק רבי אייזיקל קאליב'ער זי''ע ווי מען האט געדאווענט מעריב און געזאגט פרקי תהילים, ביים ארויסגיין האט די רבי פוקד געווען דעם ציון פון זקנו הרה"צ ר' יענקל ראזנפעלד מפריסטיק זצ''ל וואס ליגט באערדיגט הארט נעבן די אוהל הק', ווי די רבי האט געזאגט קדיש, דערנאך האט די רבי זיך צוריק געקערט קיין דאראג.








Коментарі


bottom of page