top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

'דינא דמלכותא דינא' אין פשעווארסק

אין ביהמ"ד הגדול בית יצחק פשעווארסק אין אנטווערפן איז געהאנגען געווארן א מודעה אז 'דינא דמלכותא דינא' און יעדער מתפלל ווערט אויפגעפאדערט אנצוטון א מאסקע אויפן פנים. אזוי ווי די באאמטע האבן אונז געלאזט וויסן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי גאר שטרענג אינפאסירן און אוועקשטעלן 'קאנטראלע'ס' וואס וועלן נאכגיין אויב פאלגט מען אויס די רעגולאציעס אין די בתי מדרשים, און אויב וועלן זיי כאפן איינע פון די בתי מדרשים פארלעצן די געזעצן וועלן זיי חלילה פארשליסן דאס ביהמ"ד. ובפרט בבית מדרשינו זענען זיי מקפיד ביתר שאת 'בעינא פקיחא' עטליכע חדשים כידוע.


bottom of page