דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
מיט אן אויסטערלישע שמחת התורה האט דאס יהדות החרדית אויפגענימען די ברעכענדע נייעס איבער א נייע סדר הלימוד וואס איז פראקלאמירט געווארן דורך מפעל 'דרשו העולמי' נעמליך א סדר "עמוד היומי" וואס וועט זיך אנהויבן דעם קומענדיגן ר"ח חשון תשפ"ד.
הנהלת דרשו העולמי האָט אין די טעג געמאלדן אז צום נייעם יאר תשפ"ד, גרייט זי זיך פארצושטעלן פאר כלל ישראל א נייער טעגליכער לימוד גערופן "עמוד היומי".
לויט'ן פלאן הייסט עס אז מ'וועט אנהויבן מסכת ברכות ראש חודש חשון תשפ"ד און מ'וועט טעגליך לערנען אן עמוד א טאג, וואס קומט אויס צו ארום פופצן בלאט א חודש, וואס דאס איז עפעס וואס כמעט יעדער קען מיטהאלטן.
די "עמוד היומי" איז געצילט צו געבן א גלעגנהייט פאר יעדן איינציגער איד זוכה צו זיין לכתרה של תורה, דורך זיך מקשר זיין מיט'ן תורה הקדושה און קונה זיין מסכתות הש"ס בקנין עולם ונצחי.
עס ברענגט צום אויבערפלאך דאס וואס דער נביא זאגט פאר, וויאזוי עס וועט אויסקוקן די מצב באחרית הימים ביי כלל ישראל: הנה ימים באים... והשלחתי רעב בארץ... לא רעב ללחם... ולא צמא למים... כי אם לשמוע את דבר ה'!
מער פרטים איבער דעם נייעם דרשו רעוואלוציע וועלן נאכפאלגן.
Komentarze