top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאוד נתעלה • האד' מסטראפקוב פראוועט געהויבענעם יו''ט שבועות אין שטאט צאנז | בילדער

פרייטאג פ' נשא - י"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט התרגשות דקדושה האבן פילע אידן חסידים ואנשי מעשה געפראוועט א געהויבענעם יום טוב שבועות אין שטאט צאנז אין פוילין, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א נכד מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, דאס איז געוועהן דער ערשטע מאל מאל נאכן קריג וואס עס איז געוועהן א געהעריגע מנין מיט געהויבענע תפילות ביום חג השבועות אינעם הייליגן שטאט צאנז. די סטראפקוב'ער רבי האט אונטערגענימען די היסטארישע נסיעה, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע, וואס געפאלט אום יו''ט שבועות ומקום מנוחת קדשו אין שטאט קאשוי.

מיטוואך צופרי האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג, אינעם לוד לופטפעלד האט זיך די רבי שליט''א באגריסט מיט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט''א די מאקאווא רב האט געשריבן א קוויטל און איבערגעגעבן פארן רבין איהם אינזינען צו האבן ביי די מקומות הקדושים.

נאכמיטאג האט מען געלאדענט אין אונגארין ווי מען האט דורכן טאג מתפלל געוועהן ביי די ציניום הק' אין קאלוב אין אוהעל.

אויפדערנאכט איז מען אנגעקומען קיין קערעסטיר ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אין רבי ישעילע'ס הויז אין דערנאך געציילט די לעצטע ספירה בהתעוררת רב, מען איז ארויף צום ציון הק' אין איבערגענעכטיגט אין קערעסטיר. ערב שבועות איז די רבי אנגעקומען צום ציון הק' פונעם זיידן דער סטראפקוב'ער רב זי''ע אין קאשוי, ווי די רבי האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים בהשתפכות הנפש אין דערנאך גענימען קוויטלעך פון די חסידים. נאכן עלייה לציון האט די רבי באזוכט אין דיאידישע קהילה אין קאשוי ווי עס איז אפגעראכטן געווארן א קבלת פנים לכבודו דורך די ארטיגע תושבים. יו"ט שבועות האט די רבי געפראוועט אינעם נייעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים אין צאנז - 'לינת הצדק' וואס איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט געווארן כלול בהדרו.

דורכאויס יו"ט האט די רבי געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק בעל דברי שלום מסטראפקוב, יום טוב שבועות אינדערפרי האט מען געדאוונט אינעם היסטארישן שול און שטאט צאנז באותו מקום ווי די הייליגער דברי חיים פלעגט דאווענען די תפילות אין געזאגט דרשות בזמנים מיוחדים במשכן יאר, דאס דאווענען האט זיך פארצויגן קרוב צו זעקס שעה, אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מילכיגע קידוש ווי די רבי האט געזאגט דער קרעפל פשעטל משך א שעה צייט.

ביי שלוש סעודות און נעילת החג האט די רבי משמיע געוועהן דברי חיזוק והתעוררות און דערנאך ארויס אין א ריקוד ''וימלא משאלותינו במידה טובה...''

מוצאי יו''ט נאך הבדלה איז די רבי ארויף צום ציון הק' פון הייליגן דברי חיים, ווי מהאט געזינגען עטליכע ניוגני קודש מבי מדרשא של רבי אין דערנאך אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים. זינטיג איז מען ארומגעפארן צו די מקומות הקדושים אין פולין קיין בריגל ציון ציון פונעם הייליגן ארי' דבי עילאי, קיין לאנצהוט צום ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב, אין אין שינאווא ביים ציון הק' פונעם הייליגן שינאווא רב דער דברי יחזקאל זי''ע ווי די רבי האט אויגעטראטן מיט דברי התעוררות און בין הדברים מזכיר געוועהן האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא ברם יזכור לטוב וואס האט איבער געדריקט דעם ספר הקדוש דברי יחזקאל ברוב פאר והדר.

דערנאך האט מען ממשיך געוועהן קיין ליז'ענסק, לובלין און קאזניץ, אויפדערנאכט איז מען ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין ווארשא אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.
















bottom of page