מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: ארי פריינד - JDN
חסידי קאסוב אין ניו יארק האבן פארלאפענעם דאנערשטג זוכה געווען לקבל פני מלכם, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועלכער האט אפיציעל קובע געווען משכן כבודו במקום מגורת אביו, כ"ק אדמו"ר בעל עבדא דמלכא מקאסוב זצ"ל, אין שטאט בארא פארק, ולמלאות כס קדשו בבית מדרשו אין שטאט.
אין לויף פון די פארלאפענע וואכן האט דער רבי שליט"א געוויילט אין ארץ ישראל, וואו ער האט געוואוינט אלע יארן זייט די חתונה, און געפראוועט בקרב עדת חסידי קאסוב תושבי ארה"ק, כמנהג אביו וואס האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל במשך דעם זומער, און אצינד האט דער רבי זיך עמטליך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק איבערצונעמען די כתר ההנהגה און פירן די עדה הקדושה.
א שיינער ציבור חסידים זענען ארויסגעפארן אין לופטפעלד מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א, מ'האט געדאווענט דארט מנחה, און שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען בבית מדרשו אין בארא פארק צום מעמד "קבלת פנים" וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג איבער די ווייטגרייכנדע השפעה פונעם טאטן ז"ל, וואס בלויז די פאר וואכן זייענדיג אין ארץ ישראל וויפיל אידן זענען אריינגעקומען פארציילן ענינים נפלאים און שיינע זכרונות וואס זיי האבן מיטגעלעבט בצלו הגדול. מ'האט געזינגען ניגוני שבת קודש כהכנה צום שב"ק, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און שלום גענומען.
אויף שבת איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי, אויף אפרו, און איז ערווארטעט זיך אומצוקערן אהיים למעון קדשו אין בארא פארק דורכאויס די קומענדיגע וואך, אנצוהייבן פראווען די עבודת הקודש בהנהגת העדה, תמידין כסדרן, לאורך ימים ושנים טובים.
Σχόλια