top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוא ימליץ טוב: הכנות צו ענטפאנגען אלפי ישראל ביים ציון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל ביום ל"ג בעומר

דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג קומען שוין פאר די לעצטע צוגרייטונגען אויפ'ן בית החיים הר שלום אין עירמאנט צו ענטפאנגען א מאסן שטראם פון טויזנטער אידן וואס וועלן אויסנוצן דעם יום מסוגל פון ל"ג בעומר צו קומען מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים ביים ציון המציונת פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


ווי באקאנט איז דער הייליגער טאג פון ל"ג בעומר געווען ביים ראחמיסטריווקא רבי'ן זצ"ל דער "שפיץ פון יאר", ער האט געקאכט און געלעבט מיט'ן הייליגן תנא רבי שמעון, און איז אלע יארן געווען ביי די חסידים א ספעציעלע שעת הכושר צו מזכיר זיין ביים רבי'ן פאר ישועות ורפואות, און אידן האבן געזען וואונדערליך ישועות, וגדולים צדיקים במיתתן רישט מען זיך צו פוקד זיין על ציון קדשו און אויסבעטן אלעס גוטס.


נעמענדיג אין באטראכט דעם מאסן אנלויף פון טויזנטער פוקדים, ווערן אראנדזשירט העפטיגע צוגרייטונגען אויפ'ן בית החיים און ארום, עס ווערן אויפגעשטעלט ספעציעלע שאטערס פאר מנינים, ליכט, טעימה קלה און אלע אנדערע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס לטובת הציבור, אזוי אויך וועט די מקוה טהרה אינעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אויף ווארען קאורט אין מאנסי שטיין גרייט צום באנוץ פארן ציבור דורכאויס אלע שעות פון טאג.

Comments


bottom of page