top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה''ק רבי ישראל מרדכי מרחמיסטירווקא זצוק''ל געפראוועט בצל בנו האד' מרחמיסטריווקא

דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות

קרעדיט: שוקי לרר, בחדרי חרדים


דעם זינטיג כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמיסטריווקא די 19'טע הילולא קדישא פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמסטריווקא זי''ע, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א.


מוצאי שב"ק בליל ההילולא אין די פארטאגס שעהן האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו מעריב, אין דערנאך משמיע געווען סיפורים ועובדות פון אביו הגדול די בעל ההילולא, אויך האט די רבי מכבד געווען הרה"ג רבי יעקב וויינגארטן בעל מחבר סידור המפורש א חברותא פונעם בעל ההילולא פארצולערנען משניות לעילו נשמתו הטהורה, און די רבי האט געזאגט קדיש, נאך ויתן לך זענען די חסידים אריבער זאגן א גוט וואך.

זינטיג בעצם יומא דהילולא האט די רבי געדאווענט די תפילות פארן עמוד, איידער תפילת מנחה האט די רבי פארגעלערנט משניות און נאכדעם וואס עס איז דאס יאהר נישט אויסגעקומען פארן רבין ארויסצופארן צום ציון הק' ביומא דהילולא.


דורכאויס די טאג פונעם יארצייט האבן זיך ארויסגעלאזט באסעס פון אלע ראחמסטריווקא צענטערן איבער גאנץ ארץ ישראל ווי פילע חסידים, זקנים עם נערים, האבן ''עולה רגל" געווען און געקומען מתפּלל זיין ביים ציון המצוינת בהאי יומא רבה אינעם אוהל אדמור"י בית ראחמסטריווקא במרומי הר הזיתים להפקד בדבר ישועה ורחמים.


נאך מנחה לעת ערב אינעם ביהמ''ד הגדול רחמיסטירווקא האבן פילע חסידים מסיים געווען מסכתות און די רבי האט מסיים געווען ש"ס, און זיך דערנאך געוואשן צום סעודת הילולא רבתי און דאן מעריך געווען שולחנו הטהור אין גרויסן בית מדרש באותו מקום וואס די בעל ההילולא האט בעשר אצבעותיו אויפגעשטעלט און דארט אפגעראכטן עבודת קדשו באחרית ימיו.


צו די זייט פונעם רבין זענען געזעצן די שוואגער'ס חתני בעל ההילולא כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט''א, הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק און הרה"צ רבי בן ציון רבינוביץ, אויך האט זיך אנגעזעהן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן חבר בד"ץ העדה החרדית


די רבי האט געבענטשט על הכוס, אין נאכן בענטשן זענען די חסידים דורך וואונטשן לחיים פאר העכער א שעה צייט, מען האט פארענדיגט דעם טיש אום 12 אזייגער אויפדערנאכט.




































bottom of page